רוי:שיצפאס
א שיצפּאַס (ענגליש: Seat belt) איז א זיכערהייט גארטל איז דער פאסיק וואס לויפט פון אויבן אראפ העכער די זיצן אין אן אויטאמאביל, דאס איז נוציג פאר אן עקסידענט אדער נאר אפילו א שארט סטאפ צו זיין צוגעבינדען אזוי ארום נישט ארויספליען פון די אימפעקט. און שטארבן פון דעם קלאפ.
לויט די אפיציעלע סטאטיסטיק (פון דער נאציאנאלע הייעוועי טראפיק ענד סעיפטי אדמיניסטראציע) [מקור פארלאנגט] ראטעוועט דאס 13,000 לעבנס אין אמעריקע אליין און זיי שאצן אז נאך 7,000 לעבנס וואלטן געקענט געראטעוועט ווערן אויב די מענטשן וואלטן געווען צוגעבינדן מיט שיצפאסן.
כאטש סיט בעלטס קענען אמאל ערגער מאכן אין פאל פון אן עקסידענט וואס מען דארף אנטלויפן פון די קאר, זענען אבער אלע עקספערטן איינשטימיג אז די שאנסן צו בלייבן לעבן מיט סיט בעלטס איז 50 פראצענט מער ווי אן סיטבעלטס.
דער קאנצעפט
דער הויפט קאנצעפט פון סיט בעלטס איז זייער פשוט, עס בינדט צו דעם פאסאזשיר צו זיין זיץ און האלט אים צוריק פון פליען אויף פאראויס אין פאל עס פאסירט אן עקסידענט.
צו פארשטיין די אימפאקט פון אן עקסידענט וועלן מיר מוזן מאכן אן הקדמה און פארשטיין אביסל פיזיקס. ווען א קאר פארט אויף די הייעוועי איז נישט נאר דער אויטא וואס פארט 60 מייל פער שטונדע, עס איז אויך די מענטשן און אלעס אנדערש אינעווייניג וואס פארט די זעלבע שנעל. כאטש דער מענטש שפירט נישט אז ער פארט איז עס אבער א פאקט אז זיין קערפער רוקט זיך פון איין פלאץ צום צווייטן 60 מייל פער שטונדע. יעצט אויב דער אויטא זאל ח"ו אריינקראכן אין א וואנט וועט עס אין איין רגע קומען צו א פולשטענדיגן אפשטעל. אבער וויבאלד די מענטשן אינעווייניג פארן אויך 60 מייל פער שטונדע וועט זייער קערפער ווייטער פארן מיט די זעלבע מאס שנעלקייט און וועט קומען צו אן אפשטעל נאכדעם וואס עס וועט אריינקראכן אין די אביעקטן וועלכע געפינען זיך פארענט פון זיי.
די טבע ווערט אנגערופן אינערציע. אין אונזער ביישפיל אויב די פאסאזשירן וועלן נישט זיין צוגעבינדן מיט סיט בעלטס וועלן זיי געווענליך שטארבן פון דעם אימפאקט. אין דער סעקונדע ווען דער מענטש קלאפט זיך אן אין סיי וואס פארענט פון אים וועט זיין קערפער פאלן מיט א כוח פון בערך 120 מאל די וואג פון זיין קערפער.
אפילו אין אן עקסידענט אויף א נארמאלע גאס ווען מען פארט 30 מ.פ.ש. און מען קראכט אריין וועט דער מענטש פאלן מיט א כוח בערך 60 מאל די וואג פון זיין קערפער וועלכע איז גענוג שטארק אים אומצוברענגן.
אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז די אינערציע פון יעדע זאך וואס רירט זיך אינאיינעם איז באמת א זעלבסשטענדיגע אינערציע. ווען דער אויטא פארט 60 מ.פ.ש. פארט אויך דער מענטש 60 מ.פ.ש. אבער ווען דער אויטא קומט צו א פלוצלינגן אפשטעל וועט דעם מענטש'נס אינערציע זיך נישט אפשטעלן און ער וועט ווייטער פליען ביז ווילאנג אויך ער וועט אנטרעפן אין עפעס און אפגעשטעלט ווערן.
אויב איינער זאל זיצן אויפ'ן דאך פון אן אויטא ווען עס פארט אויפ'ן הייעוועי און דאן וועט דער אויטא אריינקראכן אין א נידעריגע אביעקט וועלכע וועט נישט גרייכן דעם מענטש אויפ'ן דאך וועט דער מענטש ווייטער פליען הונדערטער פיס וויבאלד זיין אינערציע וועט אים ווייטער שטופן אויף פאראויס ביז עס וועט אויסוועפן און ער וועט אראפפאלן. דאס איז טאקע דער סיבה פארוואס ביי אן עקסידענט טרעפט מען טייל מאל זאכן וואס זענען געלעגן אין דעם אויטא הונדערטער פיס ווייט ווייל די זאכן פליען ארויס פון די פענסטער מיט זייער אייגענע אינערציע.
עס זענען פאראן טויזענטער וועגן וויאזוי א עקסידענט קען אויסגעשטעלט ווערן און יעדעס מאל פאסירט עס אנדערש. אויב דער מענט קלאפט אריין אין דעם פאדערשטן פענסטער וועט ער ערנסט געשעדיגט ווערן אבער אויב ער קלאפט אריין אין א ווייכע זיץ פארענט פון אים וועט ער זיך נישט אזוי שטארק צוקלאפן. דאס זעלבע ווענדט זיך דאס וואו מען צוקלאפט זיך. דער קערפער מוז אפגעשטעלט ווערן, אמאל ווערט עס אפגעשטעלט דורך די אקסלן וועלכע איז א שטארקע טייל פון קערפער און מען גייט ארויס אומגעשעדיגט און אמאל ווערט מען אפגעשטעלט דורך די קאפ און דעמאלט קען עס זיין פאטאל.
די סיט בעלטס
א סיט בעלט האלט צוגעבינדן דעם מענטש צו זיין זיץ און ווען אן עקסידענט פאסירט וועט דער איינער פאסיק זיין דער וואס שטעלט אפ די אינערציע פון דעם מענטש וועלכע איז א סעקונדע פריער געפארן 60 מ.פ.ש.
אבער דא ליגט אויך א צווייטע חכמה און דאס איז די פארשפרייטונג פון דעם אפשטעל קראפט. אויב איינער זאל ווארפן אויף אייך 10 קליינע שטיינער וועט גארנישט פאסירן אבער אויב ער וועט נאכדעם ווארפן איין שטיין וועלכע וועגט אינאיינעם ווי די 10 קליינע שטיינער וועט איר זיך שטארק צוקלאפן. א סיט בעלט איז אויסגעלייגט פון די אקסלן ביז די בעקן (פעלוויס) און ווען עס פאסירט אן עקסידענט שטעלט עס אפ דעם מענטש ריר נאך ריר, געוואנדן לויט וויאזוי דער מענטש פאלט, און אזוי ווערט די אימפאקט פון דעם אפשטעלן צעטיילט.
א סיט בעלט בינדט איין א מענטש אויף צוויי פלעצער: די אקסלן און די בעקן. די צוויי פלעצער זענען די שטערקסטע טיילן פון דעם קערפער און דערפאר האט מען אזוי דעזיינט די סיט בעלט אז די קראפט זאל גיין אויף די צוויי פלעצער און די אימפאקט זאל האבן א קלענערע עפעקט. אויסערדעם איז די סיט בעלט געמאכט פון א ווייכע אבער שטארקע סחורה וועלכע ציט זיך אויס א קליין ביסל ווען עס באקומט דרוק. דאס העלפט אויך דעם מענטש ביי אן עקסידענט ווייל איינמאל זיין קערפער קען זיך רירן אויף פאראויס א קליין ביסל וועט די אימפאקט זיין שוואכער פונקט ווי ער זאל ווען פאלן אויף א ווייכע מאטריאל. פארשטייט זיך אז דאס מעג זיך נישט אויסציען מען ווי א קליין ביסל ווייל אויב יא איז דער מענטש ווידער אין א סכנה אז ער וועט אנקלאפן עפעס א טייל פון דעם אויטא.
עס איז איראניש, אבער א פאקט אז מיט די היינטיגע שוואכע פלאסטיק אויטאס פאסירן ווייניגער פאטאליטעטן ביי אן עקסידענט ווי די אלטע אייזערנע אויטאס. דאס איז ווייל עס זענען היינט אריינגעבויט ספעציעלע חכמות אין די סוספענשן פון דעם אויטא וועלכע זאפט איין א טייל פון אן אימפאקט און פארלאנגזאמט דעם אויטא ביי א קראך מיט א קליין ביסל וועלכע מאכט אויס אסאך. יעצט אויב דער מענטש איז צוגעבינדן מיט סיט בעלטס צו דעם אויטא וועט ער געניסן פון דעם פארלאנגזאמונג און די אימפאקט וועט אים זיין לייכטער. אויב ער איז נישט צוגעבינדן וועט זין אינערציע בלייבן מיט די זעלבע קראפט ווייל זיין אינערציע קראפט איז אפגעטיילט פון דעם אויטא און כאטש דער אויטא וועט פארלאנגזאמט ווערן מיט א משהו וועט ער ווייטער פליען מיט די זעלבע קראפט נאך שנעלער און שטערקער ווי דער אויטא.
די מעכאניזם פון א סיט בעלט
ווען איר זיצט אין קאר און איר ווילט אייך בייגן אויף פאראויס וועט די סיט בעלט אייך לאזן דאס טאן זייער גערן. אבער ווען עס וועט פאסירן אן עקסידענט וועט די זעלבע סיט בעלט אייך אפהאלטן. וויאזוי קען דאס זיין? יעדע סיט בעלט איז באהאפטן צו א רינדיגע רעדל וועלכע איז באהאפטן צו דעם אויטא מיט א ספרינג וועלכע איז אויסגעלייגט אויף אריינצושלעפן די סיט בעלט. ווען מען זעצט זיך אריין אין קאר שלעפט מען די סיט בעלט קעגן די כוח פון די ספרינג און דערפאר האלט עס דעם מענטש שטייף. ווען דער מענטש גייט ארויס פון קאר ציט די ספרינג צוריק אריין די סיט בעלט.
די רעדל פארמאגט א שלאס וועלכע קען איר אפהאלטן פון זיך דרייען ווען עס פאסירט אן עקסידענט. די רעדל פארמאגט ציינדלעך וועלכע שטעקן זיך ארויס די פארקערטע וועג פון די כוח פון די ספרינג גענוי ווי א רעדל פון א ביציקל אדער בעיבי קערידזש וועלכע קען געשלאסן ווערן ווען מען דרוקט אראפ די ברעיק און עס שטעקט אריין א שטיק אייזן אין די שפיצן און קען זיך נישט ווייטער דרייען. אין אן אויטא דארף דאס פאסירן אויטאמאטיש ווען אן עקסידענט פאסירט. אין דעם איז פאראן צוויי וועגן וויאזוי דאס ארבעט:
די ערשטע וועג ארבעט מיט אינערציע. עס איז פאראן א שטיק אייזן וועלכע דינט אלס די שלאס און איז באהאפטן צו א צווייטע טייל וועלכע הענגט אונטער דעם. די אונטערשטע טייל איז א שווערע שטיקל אייזן וועלכע ווארפט זיך פונקט ווי א מענטש ווען עס פאסירט אן עקסידענט. איינמאל עס ווארפט זיך אויף פאראויס צוליב דעם אימפאקט בייגט עס אויטאמאטיש ארויף דעם קליינעם שלאס אייזן און האלט אפ דאס רעדל פון זיך דרייען.
די צווייטע וועג איז מער פשוט. דארט איז נישט פאראן קיין ציינדלעך אויפ'ן רעדל נאר די ציינדלעך ליגן אונטער דעם רעדל. אויפ'ן רעדל ליגט א שלאס (א שטיק אייזן) וועלכע האלט זיך אין פלאץ מיט א ספרינג. ווען מען שלעפט די סיט בעלט נארמאל האלט זיך די שלאס אין פלאץ און מען קען שלעפן וויפיל מען וויל. אבער ווען מען שלעפט עס ווילדערהייט וועט די שלעסל איבערוועגן די ספרינג פון די קראפט פון שלעפן און די שלעסל וועט ארויסגיין פון פלאץ און זיך פארהאנקן אין די ציינער אונטער דאס רעדל.
ווען דער אויטא מאכט אן עקסידענט און קומט צו א פלוצלינגן אפשטעל וועט דער מענטש וואס פאלט אויף פאראויס שלעפן די סיט בעלט גאר שנעל און דאס וועט אויטאמאטיש אראפלאזן דעם שלעסל און פארהאנקענען די רעדל. דאס וועט אויך פאסירן יעדעס מאל איר שלעפט די סיט בעלט זייער שנעל מיט די האנט.
די פריטענשענער
די מעכאניזם אליינס וואלט נאך נישט געווען גענוג ווייל דער מענטש זיצט נישט אנגעלענט 100 פראצענט וואס מיינט אז רוב פון דער צייט איז די סיט בעלט אויסגעצויגן צופיל און אויב עס וועט פאסירן אן עקסידענט וועט עס נישט זיין גענוג שטייף.
צו דעם איז פאראן נאך א מעכאניזם וועלכע ארבעט שוין אינאיינעם מיט דעם אויטאס קאמפיוטער סיסטעם וועלכע שלעפט גאר צוריק די סיט בעלט ווען עס פאסירט אן עקסידענט. די ערשטע פראגע איז וויאזוי ווייסט דער אויטא אז עס האט פאסירט אן עקסידענט?
יעדעס אויטא קומט היינט מיט א קליינע קאמפיוטער סיסטעם און צענדליגער סענסארס וועלכע העלפן סטאביליזירן דעם אויטא. די סענסארס דערשפירן די אימפאקט פון א עקסידענט און מעלדן דעם קאמפיוטער סיסטעם אז עס האט פאסירט אן עקסידענט. די קאמפיוטער שיקט אריבער דעם מעסעדזש צו די פריטענשענער און דערנאך צו די עירבעג וועלכע בלאזט זיך אויף.
דאס רעדל אויף וועלכע די סיט בעלט דרייט זיך ארויף און אראפ ליגט נאנט צו א שמאלע הויכע שאכטל וועלכע האט לעכער וואו די שפיצן פון די ציינדלעך פון די רעדלעך גייען דורך. אינעווייניג אינעם שאכטל איז פאראן צוויי שטעקענעס מיט ציינדלעך דערויף. די שטעקענעס ליגן אויפ'ן אונטערשטן טייל פון די שאכטלעך און רירט נישט צו די ציינדלעך פון די סיט בעלט רעדל.
ווען מען צינדט אן דעם אויטא גייט אריין אביסל גאזאלין אין דעם שאכטל דורך א ספעציעלע רער און בלייבט דארט די גאנצע צייט ווייל עס האט נישט פון וואו ארויסצוגיין. ווען די קאר לעשט זיך אויס פליסט צוריק אריין די גאזאלין אין די רערן.
אונטער די שאכטל איז פאראן קליינע לעכל וואו עס ליגט אן עלעקטראנישע צינדער.
ווען עס פאסירט אן עקסידענט באקומט דער קאמפיוטער א מעסעדזש פון די סענסארס אז עס האט פאסירט אן עקסידענט. דער קאמפיוטער שיקט דאן ארויס אן עלעקטראנישע שטראל צו דעם צינדער אונטערן שאכטל וועלכע גיט ארויס א פונק. די רעאקציע איז, ווי פארשטייט זיך, א קליינע אויפרייס וויבאלד די שאכטל איז פיל מיט גאזאלין (ברענשטאף). דאס שטופט אויטאמאטיש ארויף די שטעקענעס מיט די ציינדלעך און ווען עס גרייכט די ציינדלעך פון די סיט בעלט רעדל דרייט עס די רעדל מיט קראפט און די סיט בעלט ציט זיך איין.
פארגעסט נישט אז די אלע זאכן דארפן פאסירן שנעלער ווי די עקסידענט פאסירט וואס מיינט אז עס נעמט הונדערטסלעך פון א סעקונדע.
אמאל ווען עס איז נאך נישט געווען קיין קאמפיוטערס איז נאך נישט געווען אזא זאך און געוויסע טייערע אויטאס האבן געהאט פריטענשענערס וועלכע האבן געארבעט מיט מעכאנישע חכמות וועלכע איז געווען זייער טייער. די היינטיגע סיסטעם איז ביליג און געפינט זיך אין רוב אויטאס.
די לימיט
די אלע זאכן ארבעטן פיין ווילאנג דער עקסידענט פאסירט ווען מען פארט אויף נארמאלע ספיד לימיטס. אויב מען פארט גאר שנעל און עס פאסירט אן עקסידענט וועט די שטארקע קראפט איבערוועגן אלע מעכאניזם'ס פון די סיט בעלט און די גאנצע זאך וועט זיך צוברעכן און די סיט בעלט וועט מער נישט ארבעטן וואס מיינט א זיכערע טויט פאר די פאסאזשירן וואס זיצן אין דעם אויטא.
אין געוויסע אויטאס איז פאראן א וואג לימיט וועלכע פארמינערט די שאנסן אז די מעכאניזם זאל זיך צוברעכן מיט א פשוט'ע עצה. די סיט בעלט איז אויף א געוויסע ארט איינגעבויגן אביסל און צוגענייט מיט שטארקע פאדעם.
ווען עס פאסירט א שטארקער עקצידענט וואס מיינט אז זייער אסאך קראפט שלעפט די סיט בעלט וואס וואלט צעבראכן די גאנצע זאך, רייסן זיך די פעדעמער אויף און די איינגעבויגענע טייל לאזט ארויס די סיט בעלט א קליין ביסל צו מאכן די אימפאקט שוואכער.
עס איז פאראן נאך א מעכאניזם וועלכע געוויסע אויטאס פארמאגן. דארט איז דאס רעדל וואס האלט אן די סיט בעלט אפגעטיילט פון די טייל וואס האלט אן די ציינדלעך אבער עס האלט זיך אינאיינעם מיט שלעסער. ווען עס פאסירט א שטארקע עקסידענט צוברעכן זיך די שלעסער ערשט און די רעדל לאזט זיך דרייען נאך אביסל וואס מיינט אז מער פון די סיט בלעט לאזט זיך אויסציען און די אימפאקט ווערט א משהו שוואכער.
אינעם צוקונפט וועט מען ווארשיינליך אויסטרעפן נאך חכמות וויאזוי צו מאכן די סיט בעלטס מער זיכער אבער די איינציגסטע פראבלעם וואס וועט שטענדיג פארבלייבן איז צו מאכן די פאסאזשירן דאס נוצן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!