רוי:יהודה פען

ווערסיע פון 00:18, 25 נאוועמבער 2022 דורך שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

יודל (יהודה) פּען (ענגליש: Yehuda Pen; רוסיש: Юрий Моисеевич Пэн) ‏ (5טן יוני 1854 - 28סטן פעברואר 1937) איז געווען א אַ רוסישער און װײַסרוסישער מאָלער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, און דער מאָלערײַ-לערער פון מארק שאגאל. ער איז געווען אַן אָנגעזעענער טוער פֿונעם "ייִדישן רענעסאַנס" אין דער קונסט פֿון װײַסרוסלאַנד.

ביאגראפיע

פען איז געבױרן דעם 5טן יוני 1854 צו אן ארעמער יידישער פאמיליע אין נײַ-אַלעקסאַנדער, קאָװנער גובערניע, רוסלענדישע אימפּעריע (איצט זאַראַסײַ אין דער ליטװישער רעפּובליק). שפעטער האט ער געוואוינט אין דענענבורג (היינט לעטלאנד). ער האט שטודירט קונסט אין דער פעטערבורגער קונסט אקאדעמיע.

ער איז געווען אַן אָנגעזעענער טוער פֿונעם "ייִדישן רענעסאַנס" אין דער קונסט פֿון װײַסרוסלאַנד אין אָנהײב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. אין 1897 האָט ער געגרינדעט אין װיטעבסק אַ פּריװאַטע שולע פֿון צײכענען און מאָלערײַ. עס האָבן זיך בײַ אים געלערנט מאַרק שאַגאַל, אָסיפּ צאַדקין, על ליסיצקי און נאָך אַנדערע באַקאַנטע קינסטלער.

פען איז געשטאָרבן דעם 28סטן פֿעברואַר 1937 אין וויטעבסק, (װײַסרוסלאַנד).

גאַלעריע

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!