רוי:רבי יעקב שלום סופר
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "רבי יעקב שלום סופר".
רבי יעקב שלום סופר שרייבער (ה'תרט"ו - כ"ז אלול ה'תרצ"ו) איז געווען א רב און פוסק אין אונגארן, אב בית דין פון פעסט. און מחבר פון 'תורת חיים' אויף שולחן ערוך.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן אין יאר תרט"ו צו הרב חיים סופר (מחבר פון "מחנה חיים") און בעטי בריינדל. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט ביי מהר"ם שיק און דעם כתב סופר.
ער האט געדינט ווי אב"ד פון דער שטאט פעסט 28 יאר, נאך זיין פאטער.
ער האט געהייראט רבקה, טאכטער פון נפתלי הירצקא קרויס, און זיי האבן געהאט (כאטש) צוויי קינדער, שמעון און יהודה, און אפשר אויך רבי חיים אב"ד פון אראד, רומעניע.
זיין ספר תורת חיים ווערט ציטירט כסדר אין דעם ספר הלכה ברורה פון הרב דוד יוסף.
ער איז נפטר געווארן כ"ז אלול ה'תרפ"א אין פעסט, און מען האט אים באערדיגט כ"ט אלול.
זיינע ספרים
וועבלינקען
- וועגן זיין משפחה.
- זיין מצבה.
- קול קורא וואס ער האט אונטערגעשריבן.
- סיפור לכאורה וועגן זיין אייניקל גערופן נאך אים.
- אביעקט צו פארקויפן אין זיין שריפט (דערמאנט דארט זיין געבורטס־יאר ה'תרט"ו)
- הערות וביאורים (דערמאנט דארט זיינע רבי׳ס)