מוסטער:אין די נייעס
- דאקטער פאוטשי האט געגעבן זיין לעצטע ווייסע הויז בריעפינג אלס הויפט מעדיצינישער אדווייזער צום פרעזידענט און דירעקטאר פון די NIAID, די אמט וואס ער האט געדינט פאר איבער 50 יאר זינט ער איז געשטעלט געווארן דורך פרעזידענט רעיגען אין 1984. בעטנדיג דעם עולם אין זיין לעצטע מעסעדזש צו נעמען די אפדעיטעד קאוויד בוסטער שאט.
- ענגלאנד האט געמאלדן א ברייטע אויספארשונג איבער די אויסשליסליכע דאמינאנץ וואס עפל און גוגל פארמאגן אויף די מאביל בראוזער אינדוסטריע.
- ביי א זיצונג אין טוויטער האט אילאן מאסק געמאלדן אז ער איז געענדיגט מיטן אפזאגן ארבעטער, נאכן פארבלייבן מיט ארום 2,700 פון די ארגינעלע 7,500 טוויטער ארבעטער, און טוויטער וועט צוריק אנהייבן אויפנעמען נייע ארבעטער, מערסטנס אין די אינדזשענירונג און סעילס אפטיילונגען.
- 6 זענען אומגעקומען און נאך 53 זענען פארוואונדעט געווארן אין רעזולטאט פון א באמבע אויפרייס אויף א פארנומענע גאס אין איסטאנבול, טערקיי.
- קהילת סאטמאר מהרי"י האט געשלאסן א מקח אויף א גרויסן שטח אין קרית יואל אויף פארעסט רד. אויצובויען א נייעם גרויסן בית מדרש און שול
- די פאוערבאל לאטערי איז געשטיגן צו א געשאצטע 1.6 ביליאן דאלער, מיט א קעש אפציע פון 782.4 מיליאן דאלער, ברעכנדיג די רעקארד אלס די העכסטע לאטערי אין היסטאריע.
אנגייענד: רוסישע אינוואזיע אויף אוקראינע
נפטר געווארן: רבי שרגא פייבל כהן, רבי חיים וואלקין, רבי שלום כהן, רבי יצחק טוביה ווייס