רוי:גאלאנטא

ווערסיע פון 21:43, 22 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "״" ב־""")

גאַלאַנטע אדער גלאַנדע (סלאוואקיש: Galanta, אונגאַריש: Galánta, דייטש: Gallandau) איז א קליין שטעטעלע אין סלאוואקיי, 50 ק"מ מזרח פון דער הויפטשטאט פרעשבורג. גאלאנטא האט א באפעלקערונג פון 16,000 איינוואוינער. גאלאנטא איז 10 ק"מ דרום פון סערעד, 14 ק"מ מערב פון וועטש (וואו ר׳ הלל קאלאמייער איז געבוירן), 16 ק"מ מזרח פון יאקע, 20 ק"מ דרום פון טירנוי און 30 ק"מ מערב פון נייטרא.


גאלאנטא איז אביסל דרום מזרח פון פרעשבורג און מער צו מזרח פון שטאט עטליכע מייל איז דער וואַג טייך. ארום דעם טייך איז דא פארשידענע שטעטלעך און דערפלעך אינעם געגנט ארום טאפאלטשאן, נייהייזל אא"וו.

ביים וואג איז דא צוויי דערפלעך, אויף דער זייט פון גאלאנטא הייסט דאס שטעטעלע שאלא (אויף אונגאריש וואגשאללא) (אזוי ווי דונא סערדהעל וואס ליגט ביים דוניי און באדראג קערעסטיר וואס ליגט אויף דעם באדראג) און אויף דער אנדערער זייט איז דאס שטעטעלע וועטש וואו ר׳ בענדיט ליכטנשטיין אבי ר׳ הלל האט געוואוינט.

אויף דער זעלבער זייט וואסער פון וועטש ארויף צו צפון איז נייטרא וואו אידן האבן געוואוינט הונדערטער יארן און אויף דרום מזרח נישט צו ווייט איז שוראני (שוראן) ווי דער הייליגער ליקוטי חבר בן חיים און דערנאך רבי יהודה גרינוואלד, שפעטער אב"ד סאטמאר איז געווען רב.

אידעלעך האבן זיך באזעצט אין דעם געגנט לכאורה סוף יארן שנות ת׳ ביז עס האט זיך אנטוויקלט א קהילה מיט אירע צוגעהערן אין די שפעטערע יארן פון שנות ת"ק. סוף ת"ק יארן איז געווען א רב ר׳ יודא ליב טעלטש צו וועמען עס איז דא עטליכע געשריבענע תשובות פון חתם סופר און בזמנו האט מען געמאכט די תקנת הקהלה אויף וואס דער דין תורה האט זיך באצויגען 60-70 יארן שפעטער. אזוי האט זיך די קהילה געפירט צענדליגער יארן ווי אלע אנדערע שטעטלעך מיט רבנים גרעסערע און קלענערע על מי מנוחות.

א שטיק צייט איז ר׳ מנחם דייטש נכד בעל אהל דוד אב"ד ניישטאט געווען רב און דערנאך איינער ר׳ אליעזר פאשקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון חתם סופר און איז אוועק אנפאנג תר"ם יארן אונטערוועגנס אין סערדעהעל. דערנאך איז געווען א רב ר׳ שמעון פריעדמאן וועלכער האט אויך אויפגענומען זיינס אן איידעם ר׳ משה פעלדמאן אלס דיין אין שטאט און ר׳ שמעון איז געווען רב ביז זיין פטירה אן שנת תרנ"א.

דעמאגראפיע

אין 1910, האבן 89.6% פון דער באפעלקערונג גערעדט אונגאריש ווי מוטערשפראך, 6.2% סלאוואקיש און 3.5% דייטש אדער יידיש. לויט זייער רעליגיע זענען זיי געווען 65.3% קאטאליקן, 32.4% יידן און 1.3% לוטעראנער.


צווילינג שטעט

גאלאנטא האט די צווילינג שטעט: