רוי:רבי אשר אנשיל יונגרייז

ווערסיע פון 21:42, 22 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "״" ב־""")

 

הרב אשר אנשיל הלוי יונגרייז (ה׳תקס"ו – ה׳ כסלו ה׳תרע"ד) איז געווען דער רב פון טשענגער, אונגארן.

ביאגראפיע

הרב אשר אנשיל איז געווען א זון פון ר' שמואל הלוי יונגרייז זצ"ל, סעטשער רב, און זיין ווייב  מרים ייטל (געב׳ ווינער).

ער האט איבערגעלאזט א שיינע פארצווייגטע משפחה. פיל רבני אונגארן זענען געווען מיוצאי חלציו. עס ווערט פארציילט אז הארט פארן קריג איז געווען א גרויסע אסיפת רבנים אין אונגארן, אינמיטן דער אסיפה האט איינער געבעטן אז ווער עס איז א טשענגערער אייניקעל זאל זיך אויפהייבן, און עס האבן זיך אויפגעהויבן 80 רבנים!

ער האט פארפאסט דאס ספר שו"ת מנוחת אשר.

די גדולים פון יענער צייט האבן אים באטיטלט מיט "מופת הדור", ער איז געווען א איש קדוש ונורא און באוויזן מוראדיגע זאכן מיט ישועות, און בעיקר מיט דער חכמת הרפואה. מענטשן מיט אלע מיני חולאים און פונעם גאנצן ארום זענען געקומען צו פארן קיין טשענגער, געהאלפן צו ווערן מיט א רפואה, אפילו די גויים זענען פיל געקומען צו אים.

זיין זון משה נתן איז געבוירן געווארן אין מאטערסדארף אין יאר ה׳תרע"ב.

ער איז נפטר געווארן ה' כסלו ה׳תרע"ד.

זיינע ספרים

  • מנוחת אשר

פון זיינע אייניקלעך

  • ר' שמואל דוד יונגרייז בעמח"ס שו"ת מהרשד"ה
  • ר' יהודה סג"ל ראזנער אב"ד סעקלהיד בעמח"ס אמרי יהודה

רעפערענצן

וועבלינקען