רוי:שריפט

ווערסיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

א שריפֿט איז א סיסטעם פון סימבאלן וואס מען שרייבט צו רעפרעזענטירן א שפראך. די סימבאלן קענען זיין בילדער אדער אותיות. עס זענען פאראן פארשידענע שריפט סיסטעמען. אויך זענען פאראן שריפטן פאר געוויסע צוועקן, ווי למשל ברייל פאר בלינדע מענטשן.

נישט יעדע שפראך האט א באזונדערן שריפט. למשל, העברעיש און יידיש ביידע ווערן געשריבן מיט אלף בית. ענגליש, דייטש, שפאניש און נאך א סך שפראכן שרייבט מען מיטן לאטיינישן אלפאבעט.

אוראלט עגיפטיש פלעג מען שרייבן מיט היעראגליפן, וואס זענען בילדער. היינט ניצט מען דאס מער נישט.

אין אן אלפאבעטישער שריפט באדײַט יעדער אות א פאנעם, אדער א קאנסאנאנט אדער א וואקאל. טייל שריפטן, ווי העברעיש און אראביש, האבן נישט קיין אותיות פאר וואקאלן.

די מעטאד און סינטאקס פון צאמשטעלן די סימבאלן צו שאפן ווערטער רופט מען ארטאגראפיע.

דער ערשטער אלפאבעט פון קאנסאנאנטן איז דער אלף בית פון כתב עברי צו שרייבן לשון קודש.