רוי:רבי שרגא פייוויש האגער (זאלישטשיק)

ווערסיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רבי (משולם)[1] שרגא פייוויש האגער זצ"ל (ה'תר"ל - י"ג טבת ה'תרצ"ז), פון זאלישטשיק.

אפשטאם

רבי פייוויש איז געבוירן אין יאר ה'תר"ל אומגעפער, צו זיין פאטער הרב ברוך האגער, פון וויזשניץ, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת צפורה א טאכטער פון הרב אריה ליב שפירא פון זשיטאמיר, א זון פון הרב שמואל אברהם אבא שפירא פון סלאוויטא אן אייניקל פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ.

רבנות

אין יאר ה'תרנ"ג האט רבי פייוויש זיך באזעצט אין זאלישטשיק און אנגעפירט דארט זיין רביסטעווע, ביי דעם ערשטן וועלט קריג האט ער זיך באזעט אין טשערנאוויץ.

הסתלקות

רבי פייוויש איז נפטר געווארן י"ג טבת ה'תרצ"ז, און ער ליגט אין טשערנאוויץ.

פאמיליע

רבי פייוויש האט געהייראט מרת רחל ( - כ"ח כסלו ה'תש"ב), א טאכטער פון הרב משה האגער, פון קאסאוו. זייערע קינדער:

  • מרת חוה הי"ד, די ווייב פון הרב יעקב לאו הי"ד, פון לעמבערג.
  • די ווייב פון הרב אלעזר האגער, פון לאנדאן.
  • הבחור חיים ברוך האגער הי"ד.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. א.ל.ג. מסופק