רוי:קרית בעלזא

ווערסיע פון 00:54, 10 יולי 2022 דורך 2a02:5080:2847:94f8:71ee:7b9e:31dd:c3f4 (שמועס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קרית בעלזא

קרית בעלזא איז א חרדישע געגנט אין צפון פון ירושלים Flag of Israel.svg מדינת ישראל וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רבי ישכר דוב רוקח, דער היינטיגער בעלזער רבי. די געגנט באדינט אלס א וועלטליכע הויפטקווארטיר פון בעלזער חסידות.

די געשיכטע און דער געבוי פון דער קריה

די גרונד שטיין פאר קרית בעלזא איז אראפגעלייגט געווארן אין יאר ה'תשל"ז. אין יאר ה'תש"ס איז ענדליך געעפענט געווארן דער הערליכער און זעלטענער אין זיין שיינקייט גרויסער צענטראלער בעלזער בית מדרש. דער בית מדרש שטייט הויך אויפן בארג און דערהויבט זיך צו אזא פרעכטיגע הייך, אז מען קען דאס זעהן און באמערקן אפילו פון דערווייטערטע געגנטער אין ירושלים. די קריה ווערט אנגעפירט דורך "ועד קרית בעלזא" וואס האלט פאר זיך א רעכט צו באשטימען וועמען אנצונעמען צו וואוינען דארט און וועמען נישט. איינע פון די הויפטזעכלעכע תקנות וואס זענען באשטימט געווארן איז נישט צו פארדינגען דירות פאר ישיבה בחורים. דערצו דער ועד האט אויכעט די פאראנטווארטליכקייט זיך צו פארנעמען מיט די פרייזן פון די דירות, און זיכער מאכן אז די פרייזן זאלן נישט זיין צו הויך כדי משפחות וואס געהערן צו בעלזא און האבן נישט קיין סאך געלט, זאלן אויכעט האבן דער מעגליכקייט צו וואוינען דארט רואיגערהייט און אהן קיין שום דאגות.

 
אנזיכט פונעם גרויסן בעלזער בית המדרש אין קרית בעלזא, ירושלים

די גאסן פון קרית בעלזא

די גאסן פון דער קריה זענען גערופן נאך די פריערדיגע רביס פונעם בעלזער צווייג, ווי פאלגנד:

  • דובר שלום גאס - הייסט נאך רבי שלום רוקח, דער ערשטער בעלזער רב און דער גרינדער פון דער חסידות. אויף דעם גאס וואוינען דער רבי און אויכעט זיין זון רבי אהרן מרדכי רוקח, און אויכעט דער הויפט בית מדרש געפונט זיך דארט.
  • תכלת מרדכי - נאך רבי מרדכי רוקח דער בילגורייער רב און פאטער פונעם היינטיגן רבין.
  • קדושת אהרן - נאך רבי אהרן רוקח, דער פריערדיגער בעלזער רב.
  • בינת יששכר - נאך רבי ישכר דוב רוקח, דער דריטער בעלזער רב און זיידע פונעם היינטיגן רבין.
  • אוהל יהושע - נאך רבי יהושע רוקח, דער צווייטער בעלזער רב.

אויכעט א היפשער טייל פון דברי חיים גאס ווערט גערעכנט אלס א חלק פון דעם שיכון.