רוי:קאצמאן
|
קאצמאַן אדער קיצמאַן (אוקראיניש: Кіцмань קיצמאַן; דייטש: Kotzman; רומעניש: Coţmani) איז א שטעטל אין מערב אוקראינע, 20 ק"מ צפון־מערב פון טשערנאוויץ, אין דעם היסטארישן ראיאן בוקאווינא.
היסטאריע
קאצמאן ווערט ערשט דערמאנט אין א דאקומענט פון 1413. פון 1800 איז קאצמאן געווען אין דער עסטרייכער אימפעריע. נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה איז קאצמאן געווען אין רומעניע.
יידישע היסטאריע
פון 1928 ביז 1936 איז געווען רב אין קאצמאן הרב ברוך האגער, וואס איז שפעטער געווארן דער סערעטער רבי.
אין 1930 האבן געוואוינט אין קאצמאן 647 יידן.[1]
בארימטע איינוואוינער פון קאצמאן
- רבי ברוך האגער, ערשטער סערעטער רבי