רוי:קאלציום
קאַלציום איז דער כעמישער עלעמענט פון דער משפּחה פון אַלקאַלי-ערד מעטאַלן, מיט סימבאל Ca און אטאם נומער 20.
אלס א גרופּע צוויי מעטאל ווי בעריליום און מאַגנעזיום זענען עס פאראן נאר צוויי עלעקטראנען אין זיין אויסערן עלעקטראן שאל ארביטאל וואס איז אין דעם דאזיגן פאל "4s2" אלס די עלעקטראנען-קאנפיגוראציע. כדי צו שאפן אן ענערגעטיש שטאבילן צושטאנד, וועט קאלציום גרינג פארלירן די "4s2" עלעקטראנען אין א סאך כעמישע רעאקציעס.
אייגנשאפטן
קאלציום איז א ווייכער אלקאלי־ערד מעטאל און זיין קאליר איז גרוי. קאלציום פלאקערט אין א געל־רויטן פֿלאם. ווען קאלציום איז אפן אין דער לופט ווערט ער ארומגעהילט אין Ca3N2. קאלציום רעאגירט מיט וואסער אויסשיילנדיג וואסערשטאף און שאפט קאלציום הידראקסיד (אפגעלאשענער ליים) ( 2(Ca(OH).
באניצן
א סאך קאלציום זאלצן זענען גוט באקאנטע מאטעריאלן וואס מען ניצט אינעם טאג־טעגלעכן לעבן: קרייד (פאר מארקירן), גיפס (פארשוועבלטער קאלציום), קאלכשטיין (קאלציום קארבאנאט) און (נישט־געלעשטער) קאלך (קאלציום אקסיד).
קאלציום פארבינדונגען
- קאלציום-קארבאנאט (CaCO3) ווערט געניצט אין פאבריצירן צעמענט און ליים, קאלך פאר לאנדווירטשאפט, קאלכשטיין (געניצט אין דער שטאל אינדוסטריע). אויך האט ער כעמישע און אפטישע באניצן אין ציינפאסטע, למשל.
- קאלציום-הידראקסיט צעפירונג (Ca(OH)2) (אויך באוואוסט ווי קאלכוואסער) ניצט מען אפצושפירן קארבאן דיאקסיד ווען ער ווערט געבלעזעלט דורך א צעפירונג; ער ווערט מוטנע וואו ס'איז פאראן CO2.
- קאלציום-ארסענאט (Ca3(AsO4)2) ווערט געניצט אין אינסעקטיצידן.
- קאלציום-קארביד (CaC2) ניצט מען צו מאכן אצעטילען גאז (וואס ווערט געניצט אין אצעטילען ברענערס פאר שווייסן און אין דער פאבריקאציע פון פלאסטיקן).
- קאלציום-קלאריד (CaCl2) ניצט מען אוועקצונעמען אייז און שטויב פון גאסן, אין מישן בעטאן, אין פושקעס פון פאמידארן, און אין אויטאמאביל רייפן.