רוי:צייט

ווערסיע פון 12:36, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

צייט איז א מאס צו מעסטן דאס געדויערקייט פון געשעענישן. מען ניצט געשעענישן צו מעסטן צייט, למשל "ווען די זייגער איז געווען אויף צוועלעף", אדער "נאכ'ן וועלטס קריג". די קאלענדער מעסט צייט לויט די פאזיציעס פון הימלישע עלעמענטן, למשל "ווען די לבנה איז געווען גאנץ", אדער "פינף גאנצע לבנות צירוק". זייגערס מעסטן צייט לויט ווי לאנג עס דויערט פאר מעכאנישע, עלעקטראנישע, אדער נוקלעארע רעאקציעס צו געשען. די מאס פון זייגערס איז צוטיילט אויף סקונדעס וואס איז באזירט אויף חלקים פון א "טאג" וואס איז באזירט אויף די געשעענישן פון טונקעלקייט און ליכטיגקייט אויף אונזער פלאנעט.

פסיכילאגישע צייט

פסיכילאגישע צייט, איז די צייט וואס מענטשן שפירן מיטן מח, דאס קען אויסקוקען ווי עס לויפט שנעלער אדער שטייטער - אפילו ווען לויטן זייגער איז עס די זעלבע לאנג. דאס איז נישט די זעלבע פארקורצערינג און פארלענגערינג פון צייט ווי די רעלאטיווע צייט פון איינשטיין'ס טעאריע, וואס מען קען מעסטן מיט צוויי זייגערס.

היינט פיל איך אז היום קצר והמלאכה מרובה, די צייט איז מיר ב"ה נישט לאנגווייליג, ווי קען מען האבן נאך, צייט איך האב דיך ליעב לויף נישט אוועק.

צייט איז א חלק פון דער בריאה, בעפאר די בריאה איז נישט געווען אזא מין מושג פון צייט[מקור פארלאנגט].

איינשטיינ'ס טעאריע

  ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט

איינשטיין האט אויפגעטון אז צייט און פלאץ זענען פארבונדן איינס מיט אנאנד. און אז צייט איז רעלאטיוו, דאס מיינט אז עס קען לויפן שנעלער אדער שטייטער ווי די צייט אויף א צוייטן פלאץ. לויט די טעאריע קומט אויס אז צייט לויפט שטייטער וואו עס איז דא א שטארקע קראפט פון גראוויטאציע. אויך גייט די צייט שטייטער פאר אוביעקטן וואס רירן זיך מיט א גרויסע שנעלקייט, רעלאטיוו צו אוביעקטן וואס רירן זיך שטייטער.

אידישקייט