רוי:פשעמישל

ווערסיע פון 23:18, 11 יאנואר 2014 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
פשעמישל
Przemyśl
POL Przemyśl flag.svg POL Przemyśl COA.svg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאַטע 10טער יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 49°47′N 22°46′E / 49.783°N 22.767°E / 49.783; 22.767 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
וואיעוואדעשאפט אונטערקארפאטישע
בירגערמייסטער ראבערט כאמאַ
שטח 44 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

66,715‏  (שטייענדיג 2006)
1,500 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+1
http://www.przemysl.pl

פשעמישל (פּויליש: Przemyśl; אוקראיניש: Перемишль, פערעמישל) איז א שטאט אין מערב־גאליציע, היינט דרום־מזרח פוילן, מיט 66,756 איינוואוינער (יוני 2009). פשעמישל געפינט זיך אויפן סאן טייך נאנט צום גרענעץ מיט אוקראינע], 87 ק"מ מערב פון לעמבערג. זייט 1999 איז די שטאט אין דער אונטערקארפאטישער וואיעוואדעשאפט; פריער איז זי געווען די הויפטשטאט פון דער פשעמשלער וואיעוואדעשאפט.

פשעמישל האט די מעלה פון א לאנגער און רייכער היסטאריע צוליב זיין פלאצירונג אין שטח צווישן די בערג און דעם פלאכלאנד, מיט גרינגער טראנספארטאציע און פרוכטבארער ערד.

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה האט פשעמישל געהאט א גרויסע געטא, מיט מער ווי 20,000 יידן; רוב זענען אומגעקומען אין דער חורבן אייראפע.

היסטאריע

אין ה'שי"ט האט מען געבויט די אלטע שול.

אין ה'תקל"ב, ביי דער ערשטער צעטיילונג פון פוילן, איז פשעמישל געווארן א טייל פון דער עסטרייכער אימפעריע. אין תרכ"א האט געבויט באנען צו פארבינדן די שטאט מיט קראקע צו מערב און לעמבערג צו מזרח. בשעת די קרימער מלחמה האבן די עסטרייכער געבויט א סעריע פעסטונגען, מיט ארומנעם 15 ק"מ, ארום דער שטאט.

אין דעם צענזוס פון תר"ע האט די שטאט געהאט 54,078 איינוואוינער, צווישן זיי 25,306 (46,8%) רוימישע קאטאליקן, 16,062 (29,7%)יידן און 12,018 (22,2%) גריכישע קאטאליקן.

יידישע היסטאריע

אין תרצ"ד האט רבי מרדכי שלום יוסף פרידמאן, סאדיגורער, זיך באזעצט אין דער שטאט. ער האט אויפגעשטעלט די "משיבת נפש" ישיבה; ער איז ארויף אין ארץ ישראל אין תרצ"ט קורץ פאר דער אינוואזיע פון פוילן.

צווישן די צוויי מלחמות האט די שטאט געהאט 11 יידישע צייטונגען, אויף יידיש, העברעיש און פויליש; צוויי יידיש־שפראך צייטונגען זענען דערשינען טאג טעגלעך.