רוי:פרעזידענט פון פראנקרייך

ווערסיע פון 10:56, 5 מערץ 2020 דורך YI>CommonsDelinker (Replacing Coat_of_arms_of_France_(UN_variant).png with File:Middle_coat_of_arms_of_the_French_Republic_(1905–1953).png (by CommonsDelinker because: File renamed: Criterion 3 (obvious error)).)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

דער פרעזידענט פון דער פראנצויזישער רעפובליק (פראנצויזיש: Président de la République française) איז דער ראש מלוכה און דער הויפט עקזעקוטיוו פון פראנקרייך. דער וואוינארט פונעם פרעזידענט איז דער עליזע פאלאץ אין פאריז.

פון די פינעף פראנצויזישע רעפובליקן זייט דער פראנצויזישער רעוואלוציע האבן פינף געשטעלט א פרעזידענט, אזוי איז די פרעזידענטור פון פראנקרייך די עלטסטע אין גאנץ אייראפע. אבער, יעדע רעפובליק האט געגעבן איר פרעזידענט אן אנדער מאנדאט, אנדער אויפגאבעס און אנדערע פליכטן. למשל, אין די טעג פון דער דריטער רעפובליק איז די אויפגאבע פונעם פרעזידענט געווען מערסטן צערעמאניש, און דער עיקר קראפט איז געליגן מיטן פרעמיער מיניסטער.

היינט, ביי דער פינפטער רעפובליק, וואס איר קאנסטיטוציע איז געווארן אוועקגעלייגט פאר שארל דע גאל אין דער צייט פון דעם אלזשיר קריזיס וואס האט אונטערגעווארפן די פערטע רעפובליק, איז דער פרעזידענט דער העכסטער פיגור אין דער רעגירונג פון פראנקרייך, מיט א ברייטן מאנדאט, ספעציעל אין די געביטן פון נאציאנאלער זיכערהייט און אויסלענדישן פאליטיק; ער איז דער הויפט קאמענדאנט פון דער פראנזויזישער מיליטער; ער באשטימט דעם פרעמיער מיניסטער, כאטש ער איז באגרעניצט אין דעם אז זיין פרעמיער מיניסטער דארף קענען באקומען א מערהייט אין פארלאמענט. דער פרעזידענט האט דעם כוח אפזאגן מיניסטארן פון דער רעגירונג (אחוץ דעם פרעמיער מיניסטער, וואס נאר פארלאמענט קען אפזאגן), באפרייען די נאציאנאלע זאמלונגג, שיקן געזעצן פאר א צווייטער באטראכטונג, און צו באשטימען  3 פון די 9 מיטגלידער אין דער קאנסטיטוציאנעלער ראט ביי זיין קאדענץ.

דער פרעזידענט פון פראנקרייך האלט אויך דעם אמט ווי איינער פון די צוויי פרינצן פון אנדארע.

דער היינטיקער פרעזידענט פון פראנקרייך איז עמנואל מאקראן, וואס דינט אין אמט זייט דעם 14טן מיי 2017.

וואלן

אין דעם רעפערענדום פון 1962 האט מען באשלאסן צו וויילן דעם פרעזידענט אין דירעקטע נאציאנאלע וואלן. פריער איז דער קאדענץ געווען זיבן יאר, אבער זייט 2000 איז דער קאדאנץ אראפ צו פינף יאר.

אויך קען איין פרעזידענט נישט דינען מער ווי צוויי קאדענצן נאכאנאנד.

פרעזידענטן פון פראנקרייך

 
פרעזידענטן פון פראנקרייך
צאל פארטרעט נאמען פארטיי קאדענץ פאסירונגען
  צווייטע פראנצויישע רעפובליק
1.   נאפאלעאן דער דריטער באנאפארטיסטישע פארטיי 18481852 צוויי יאר נאך ווען מען האט אים געוויילט האט ער דורכגעפירט א רעוואלוציע און האט זיך באקריינט קייסער, און האט געגרינדעט די צווייטע פראנצויזישע אימפעריע.
  צווייטע אימפעריע (18521870)
דריטע פראנצויזישע רעפובליק
2.   אדאלף טיער אומאפהענגיק 18711873 נבחר לפני קבלת החוקה בשנת 1875, לכן מעמדו החוקתי שונה מזה של נשיאי צרפת שכיהנו אחריו.
3.   פאטריס דע מאק-מאהאן המפלגה הלגיטימיסטית 18731879
  • כינון החוקה.
  • נאלץ להתפטר עקב ניסיונו להעלות ראש ממשלה מונרכיסט.
4.   זשיל גרעווי לינקע רעפובליקאנער 18791887
5.   מארי פראנסוא סאדי קארנא לינקע רעפובליקאנער 18871894
6.   זשאן קאזימיר-פעריע מעסיקע רעפובליקאנער 18941895
7.   פֿעליקס פֿאר אפארטוניסטישע רעפובליקאנער 18951899
8.   עמיל לובע לינקע פארטיי 18991906
9.   ארמאן פאליער דעמאקראטיש-רעפובליקאנער בונד 19061913
10.   רעמאן פואנקארע רעפובליקאנער-דעמאקראטישע פארטיי 19131920 ערשטע וועלט-מלחמה
11.   פאל דעשאנע רעפובליקאנער-דעמאקראטישע פארטיי 1920
12.   אלעקסאנדער מילעראן נאציאנאלע רעפובליקאנער ליגע 19201924
13.   גאסטאן דומערג ראדיקאלישע פארטיי 19241931
14.   פאל דומער ראדיקאלישע פארטיי 19311932
15.   אלבער לעברון דעמאקראטישער בונד 19321940
  נאצי אקופאציע (ווישי פראנקרייך, 1940–1944)
  אנרי פיליפ פעטען 1940–1944 שיתף פעולה עם הנאצים ומונה לראש המדינה הצרפתית, שהייתה מדינת בובה של גרמניה הנאצית.
פראוויזארישע רעגירונג פון דער פראנצויזישער רעפובליק (1944–1947)
  פערטע פראנצויזישע רעפובליק
16.   ווינסענט אריאל הסניף הצרפתי של האינטרנציונל של העובדים 1947–1954
17.   רענע קוטי המרכז הלאומי של העצמאים והאיכרים 1954–1959
  פינפטע פראנצויזישע רעפובליק
18.   שארל דע גאל איחוד למען הרפובליקה החדשה 1959–1969
19.   זשארזש פאמפידו גאליסטישע פארטיי 1969–1974
20.   וואלערי זשיסקאר ד'עסטען רעפובליקאנער פארטיי 1974–1981
21.   פראנסוא מיטעראן סאציאלישטישע פארטיי 1981–1995
22.   זשאק שיראק רעפובליקאנער 1995–2007
23.   ניקאלא סארקאזי רעפובליקאנער 2007–2012
24.   פראנצווא האלאנד סאציאלישטישע פארטיי 2012 - 2017 נישואים חד-מיניים בצרפת, הסכם פריז, פיגועי פריז וניס
25.   עמנואל מאקראן פארווערטס! 2017 - היינט

וועבלינקען

מוסטער:פאלי-שטומף