רוי:עי. די. קיו.
עי-די-קיו איז א מעסיגע קאנסערוואטיווע פארטיי אין קוויבעק, קאנאדע.
די פארטיי איז געגרינדעט געווארן דורך מאריא דומאנט אין 1994 אלס א רעכטע פראנצויזישע פארטיי. די פארטיי האט באקומען אסאך שטיצע אבער האט פאר לאנגע יארן פארפעלט צו געווינען די נויטיגע צאל זיצן צו ווערן פאררעכנט אלס אן אפיצילע פארטיי. אין די מערץ 2007 וואלן האט די פארטיי מיטאיינמאל געווינען 41 זיצן און געווארן די אפיציעלע אפאזיציע פארטיי קעגן די ליבעראלן, און געשיקט די פי-קיו צו דריט. די רעזולטאטן פון די וואלן האט שאקירט קוויבעק קומענדיג פון א קאמפיין אין וועלכע די פארטיי האט נישט געהאט קיין געלט און קיין ריכטיגע ארגאניזאציע ווי די אנדערע אפיציעלע פארטייען.