רוי:סערעט

ווערסיע פון 02:39, 7 יאנואר 2015 דורך YI>Courcelles ((Script) File renamed: File:ROU Siret COA.jpgFile:ROU SV Siret CoA.jpg File renaming criterion #6: Harmonize file names of a set of images (so that only one part of all names differs) to ease t...)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
סערעט
Siret
ROU SV Siret CoA.jpg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Romania.svg רומעניע
קאָאָרדינאַטן 47°57′N 26°4′E / 47.950°N 26.067°E / 47.950; 26.067 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
פראווינץ שאץ
בירגערמייסטער אדריאן פאפאלו
שטח 43.40 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטעטל

9,358‏  (שטייענדיג 2002)
http://www.primariasiret.ro/

סערעט (רומעניש: Siret; דייטש: Sereth, פּויליש: Seret) איז א שטעטל אין שאץ פראווינץ, צפון רומעניע, און איז פון די עלטסטע שטעטלעך אין, און אן אמאליגע הויפטשטאט פון דער געוועזענער פרינציפאליטעט פון מאלדאוויע. ער געפינט זיך 2 km פונעם גרענעץ מיט אוקראינע, און איז איינער פון די הויפט אדורכגאנג פונקטן אין צפון פון לאנד, מיט סיי א שאסיי גרענעץ פונקט סיי א באן פארבינדונג.

דאס שטעטל האט געהאט א יידישע קהילה. רבי שמואל שמעלקא רובין (אן אייניקל פון רבי נפתלי ראפשיצער און רבי שלום פון בעלזא) האט געפירט א רביסטעווע פון תרל"ה ביז זיין פטירה אין תרס"א. זיין נאכפאלגער איז געווען זיין זון רבי פנחס מנחם מענדל ביז ער איז אומגעקומען אינעם חורבן אייראפע.

איינער פון די אדמורי"ם פון וויזשניץ, רבי ברוך האגער, דער "מקור ברוך" איז געווען שטאטס רב אין סערעט, און איז געווען דער גרינדער פונעם סערעט וויזשניץ הויף. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער זיך באזעצט אין חיפה, וואו געפינט זיך דער פערטל פון די סערעט וויזשניצער חסידים.


מוסטער:אייראפע-געא-שטומף