רוי:סטיוויע

ווערסיע פון 12:30, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

סטיוויע (ענגליש: Stevia) איז א צוקער ערזאץ געמאכט פון די סטיוויע בלעטלעך.

עס איז כאטש הונדערט-פופציג מאל מער זיס ווי צוקער און האט נישט די שלעכטע זייטן-ווירקונגען וואס צוקער האט.

מיט דעם אלעם איז עס אין לויף פון די יאהרן פארבאטן געווארן אין פארשידענע לענדער, הויפטזעכליך צוליב עקאנאמישע און פאליטישע אורזאכן.

אין צפון אמעריקע ווערט עס שוין גענוצט פאר ארום פופצן הונדערט יאהר, אזוי אויך אין יאפאן נוצט מען עס שוין פאר דורות לאנג, די אי יו האט עס הערשט באשטעטיגט אין 2011.

עס איז אין די לעצטערע יאהרן געווארן גאר פאפולער ביי די וואס זוכן א ערזאץ פאר צוקער אבער זיי ווילן עסן נאר נאטורליכע זאכן און זענען באוואוסטזיניג צו די פילע כעמיקאלן וואס ווערן אריינגעלייגט אין ספלענדע און אנדערע מענטשליך געמאכטע ערזאצן.

די קאוקע קואלע פירמע האט דערפאר ערצייגט א דייעט סאודע מיטן נאמען קאוקע קאולע לייף וועלכע אנטהאלט צוקער און סטריוויע אנשטאט די שעדליכע קארן סירופ. אזוי אויך פעפסי האט ערצייגט א ענליכע געטראנק מיטן נאמען פעפסי טשרו וועלכע איז נאר דא צו באקומען אויף עמעזאן.

געזונט בענעפיטן

עס נידערט די בלוט דרוק און איז גוט פאר די ציין.

סארטן

עס איז פארהאן צו באקומען אין א פוידער אדער סירוּפּ.

לעגאלער סטאטוס אין לענדער

וועב לינקען