רוי:סאסנאווצע
|
סאסנאווצע (פּויליש: Sosnowiec; דייטש: Sosnowitz) איז א שטאט אין זאגלעמביע דאבראווסקיע, דרום פוילן, 65 ק"מ צפון־מזרח פון קראקע. זי באדעקט א שטח פון 91.06 קוואדראט ק"מ. אין 2009 האט סאסנאווצע געהאט 220,450 איינוואוינער.
היסטאריע
יידישע קהילה
אין 1897 האט די יידישע באפעלקערונג פון סאסנאווצע געציילט 2,291 נפשות, און אין 1921— 13,464 נפשות.[1]
די ערשטע יידן זענען געקומען אין סאסנאווצע, אין 1860, אלעקסאנדער און ראדאמסקער חסידים.
ביים חורבן אייראפע זענען 29,000 יידן, א פערטל פון דער באפעלקערונג פון דער שטאט, אומגעקומען דורך די נאצי רוצחים.
צווילינג שטעט
סאסנאווצע האט די צווילינג שטעט:
- לע מורא, פראַנקרייך
- שאץ, רומעניע
- רובע, פראַנקרייך
- קאמאראם, אונגאַרן
- דערהאטשי, אוקראינע
באקאנטע מענטשן
- הרב ישראל יצחק פיעקארסקי, ראש ישיבה פון תומכי תמימים אין ניו יארק
- רבי שלמה חנוך ראבינאוויטש, ראדאמסקער רבי
- הרב שלמה זאב צווייגענהאפט, ראש השוחטים פון פולין, און רב פון האנאווער און נידערסאקסעין
- הרב אריה צבי פראָמער, קאזשיגלאווער רב