רוי:רבי ישראל מרדכי טווערסקי

ווערסיע פון 22:09, 2 אויגוסט 2018 דורך 2a03:d5c0:1c02:2758:320f:53a0:9084:51ab (שמועס) (←‏משפחה: פארראכטן טיפן־פעלער)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

הר"ר ישראל מרדכי טווערסקי (ז' סיון ה'תרפ"ט - כ"ב סיון ה'תשס"ד) איז געווען רחמיסטריווקער רבי אין ירושלים 22 יאר.

ביאגראפיע

ישראל מרדכי איז געבוירן אין ירושלים מוצאי שבועות תרפ"ט צו זײַן פאטער הרה"צ ר' יוחנן'טשע פון רחמיסטריווקא און זײַן מוטער רבקה, א טאכטער פון ר' נחמן יוסף ווילהעלם. בײַ זײַן ברית איז דער בית אברהם פון סלאנים געווען דער מוהל און זײַן עלטער זיידע ר' נחום'טשע געווען דער סנדק. מ'האט אים געגעבן א נאמען ישראל נאכן בעל שם טוב (זײַן יארצײַט געפֿאלט שבועות) און מרדכי נאך ר' מאטעלע זלאטיפאלער וואס איז נפטר געווען קורץ פאר דעם.

צו דריי יאר ווען מען האט אים געמאכט פיאות האט מען אים גענומען צום אמרי אמת וואס איז דעמאלסט געווען אין ירושלים.

ער האט געלערנט אין דעם חדר און ישיבה קטנה חיי עולם, דערנאך איז ער געווען א תלמיד אין דער שפת אמת ישיבה.

ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר' סענדער אורי. אפילו נאך דער חתונה פלעג ער לערנען אין בית מדרש 23 שעה'ן אין א מעת לעת.

חסידות און רביסטעווע

ווען זײַן פאטער ר' יוחנן'טשע איז געווארן רבי אין תש"י פלעג ער איבערזאגן זײַנע תורות, און נאך דעם האט ער געזאגט א שיעור אין מאור עינים פון הר"ר נחום טשערנאבלער. ער האט אויפגעשטעלט די מאור עינים ישיבה אין ירושלים.

נאך דער פטירה פון זיין פאטער כ' כסלו תשמ"ב האט ער איבערהויפט נישט געוואלט איבערנעמען די רביסטיווע, אבער דער מאכניווקער רבי האט אים באקרוינט אלס ממלא מקום און רבי. ווען ער איז אויפגעשטאנען פון דער שבעה האט ער גענומען דאס ערשטע קוויטל פון זײַן שווער, ר' סענדער אורי. אפטמאל אינמיטן אויפנעמען דעם עולם פלעג ער זיך אוועקנעמען דורך א הינטערשטער טיר גייען לערנען א שעה אדער לענגער אין א ספרדישער שול.

ווען זײַן ברודער, דער רחמיסטריווקער רבי פון בארא פארק, איז געווען אין ארץ ישראל האבן די צוויי ברידער געפירט טיש צוזאמען.

אין דעם יאר תשנ"א איז ער געווארן קראנק און ער האט פון דעם געליטן ביז זײַן לעצטן טאג. כ"ב סיון תשס"ד איז ער נפטר געווארן אין דער עלטער פון 75. ערב שבת נאך חצות האט מען אים באגראבן אינעם רחמיסטריווקער אהל אויף הר הזיתים, וואו עס ליגן אויך זיין פאטער הר"ר יוחנן, זיין זיידע הר"ר נחום'טשע, זײַנע ברידער הר"ר מאטעלע און הר"ר וועלוועלע און דער מאכניווקער רבי.

משפחה

די קינדער פון רבי ישראל מרדכי זענען:

  • רבי דוד טווערסקי, דער היינטיקער רבי אין ישראל—אן איידעם ביי הרב משה ניישלאס, רב פון שיכון סקווירא.
    • די ווייב פון הרב שמואל אברהם אבא טווערסקי, זון פון זיין שוועסטער-קינד רבי יעקב יוסף בן רבי יהושע טווערסקי.
    • די ווייב פון הרב דוד יצחק יעקב בידערמאן, זון פון רבי נחמן בן רבי אלטער פון לעלאוו.
  • הרב נחמן יוסף. געווארן א חב"דסקער חסיד, א ר"מ אין ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש אין קרוין הייטס—איידעם פון הרב משה אשכנזי.
  • די ווייב פון הרב בן ציון ראבינאוויטש, ר"י מאור עינים.
  • די ווייב פון הרב יהושע מנחם שטרן, זון פון רבי יצחק יהודה גאב"ד ביליץ, רב פון ראחמיסטריווקע אין בני ברק.
  • די ווייב פון הרב שלמה טייטלבוים, אלעסקער רבי.