כדרלעומר

קעניג פון עילם דערמאנט אין בראשית פרק יד

כְּדָרְלָעֹמֶר (אין סעפּטואגינטא: Χοδολλογομόρ "כוֹדוֹלוֹגוֹמוֹר") איז געווען א מלך פון עילם, איבער וועמען עס ווערט דערציילט אין בראשית יד ווי ער איז געקומען צו אונטערדריקן אן אויפשטאנד פון פינף כנענ'ישע קעניגן פון כיכר הירדן וועלכע האבן ווידערגעשפעניגט אין אים אין די צייטן פון אברהם אבינו.

אברהם באזיגט די פיר קעניגן, אילוסטראציע פון אנטאניא טעמפעסטא, יאר 1613

געשיכטע אין דער תורה

דער נאמען כדרלעומר ערשיינט פינף מאל אין אין בראשית יד. דארט ווערט דערציילט אז די פינף קעניגן פון כיכר הירדן, ברע מלך סדום, ברשע מלך עמורה, שנאב מלך אדמה, שמאבר מלך צבוים, און דעם קעניג פון בלע, האבן געדינט כדרלעומר'ן צוועלף יאר (דאָס הייסט, זיי האָבן געצאָלט שטײער[1]), און אין דעם דרייצנטן יאר האבן זיי רעבעלירט קעגן אים. אין דעם פערצנטן יאר, איז כדרלעומר געפארן זיי אונטערדריקן, בשעת ער נעמט מיט זיך נאך דריי מלכים, אריוך מלך אלסר, אמרפל מלך שנער, און תדעל מלך גוים. אונטערוועגנס האט די קאאליצע איינגענומען און באזיגט א צאל פעלקער, די רפאים, זוזים, אימים, חורים און אמוריים, ווי אויך דאס גאנצע פעלד פון די עמלקים. די קאאליציע פון פיר קעניגן האט זיך אנגעטראפן אין די ווידערשפעניגע אין עמק השידים, און זיי באזיגט אין קריג. כדרלעומר מיט זיינע לייט האבן בארויבט די שטעט, אריינגערעכנט לוט און זיין פארמעגן. ווען אברם האט זיך דערוואוסט דערפון איז ער געקומען מיט זיינע קנעכט ראטעווען זיין פלימעניק, ער האט באזיגט כדרלעומר און די מלכים ביי חובה וואס איז צולינקס פון דמשק, און ער האט באפרייט לוט און צוגענומען די רויב.

פון די פסוקים שיינט אז כדרלעומר האט געפירט די מלחמה[2], און אין פסוק ט' ווערט כדרלעומר אויסגערעכנט דער ערשטער פון אלע פיר קעניגן[3]. דעריבער האלטן טייל מפרשים (ווי רד"ק) אז כדרלעומר איז געווען דער חשוב'סטער פון צווישן די פיר[4][5]. פון דער אנדערע זייט ווערט אמרפל (וואס לויט חז"ל איז נמרוד) אויסגערעכנט דער ערשטער אנהייב קאפיטל, און עס איז משמע אז ער איז געווען חשוב'סטער[6][7]. רש"י ערקלערט אז וויבאלד די קעניגן האבן ווידערגעשפעניגט אין כדרלעומר, איז ער "נכנס בעובי הקורה", דאס הייסט זיך אריינגעלייגט מער אינעם קאמפיין ווי די אנדערע[8]. טייל זאגן אז כדרלעומר איז טאקע געווען דער פירער, אבער אמרפל איז געווען דער עלטסטער[9]. אנדערע זאגן אז אמרפל איז געווען דער חשוב'סטער אין גרויסקייט און אין פירן די קעניגרייך אינעווייניג אין לאנד, אָבער מיט העלדישקייט אין קריג איז כדרלעומר געווען אין שפּיץ[10].

מלכי־צדק (שם), דער קעניג פון שָׁלֵם, איז אַרויסגעקומען אַנטקעגן אברהם נאָכן באַזיגן פון כדרלעומר, מיט ברויט און וויין. טייל מדרשים זאָגן, אַז מלכי־צדק האָט מיט דעם געוויזן אַז ער טראָגט נישט קיין האַס קעגן אברהם פאַר דעם וואָס ער האָט געהרגעט זײנע קינדער, וואָס עילם (כדרלעומר) איז געווען אַ זון פון שם[11]. ג-ט האט געזאגט פאר אברם ער זאל נישט מורא האבן פון די קללה פון שם[12].

אויסלייג פונעם נאמען "כדרלעומר"

לויט דער גמרא ווערט דער נאמען געשריבן "כדר לעומר" מיט צוויי ווערטער אבער דווקא אויף דער זעלבע שורה[13], אבער איו דער מסורה ווערט עס געשריבן אין איין ווארט[14]. אזוי אויך אויב עס איז נוגע צו שרייבן דעם נאמען אין א גט, שרייבט מען "כדרלעומר"[15]. אויב א סופר שרײבט דעם נאָמען אין צװײ שורות, איז דער גט פּסול[16].

אידענטיטעט

דער נאמען "כדרלעומר" ווערט באטראכט צו זיין "קוטיר-לאַגאַמאַר" (Kutir-Lagamar), א טיפישער עילמישער צוזאמגעשטעלטער נאמען. דער ערשטער טייל פונעם נאָמען, "קודור", ערשיינט אלס דער ערשטע עלעמענט אין פילע עילמישע נעמען, און באדייט "דינער פון". דער צווייטער טייל, "לאַגאַמאַר" אדער "לאַגאַמאַל", איז אן עילמישער אפגאט. אבער שפורן פון אן עילמישער קעניג מיט'ן נאמען "קוטיר-לאגאמאר" זענען נאכנישט געפונען געווארן, און עס ווערט ערקלערט מיט דעם וואס פארצייטנס פלעגן קעניגן טראגן עטליכע צונעמען, און כדרלעומר איז ווארשיינליך אן אומבאקאנטער צונאמען פון איינער פון די באקאנטער קעניגן[17].

קיילשריפט אויפשריפטן וועלכע מ'פלעגט מיינען אז זיי אנטהאלטן דעם נאמען ווערן היינט דערשיפרירט אנדערש[18]. איין אזא ביישפיל זענען די שפּעטע בבלישע לעגענדעס (די אזוי-גערופענע "כדרלעומר טאבלעטן") אין וועלכע ט. פינטשעס האט אין יאר 1897 געפונען די נעמען "קודור-לאגאמאר", "טודכאַליאַ" (א נאמען פאראלעל צו תדעל), און "ערי-אַקו" (פאראלעל צו אריוך)[17]. סימבאלן אין קיילשריפט קענען געליינט ווערן אין עטליכע וועגן, און היינט איז פּינטשעס'נס באהויפטונג אנגענומען צו זיין א טעות אין דעשיפרירונג, און דער נאָמען איז וואַרשיינליך קוטיר-נאַכונטע II (Kutir‑Naḫḫunte), וואס ווערט דערמאנט אינעם טאבלעט אלס איינער פון דריי קעניגן וואס האבן פארשוועכט די בבלישע אפגעטער און געשטראפט געווארן דערויף[19].

עס זענען פארהאן פארשער וואס אידענטיפיצירן כדרלעומר מיט קוטיר-נאַכונטע I[20][17], אן עילמשער קעניג וואס האט אנגעגריפן און באזיגט כאַמוראַבי'ס זון און נאכפאלגער שאַמשו-אילונאַ. אנדערע אידעטיפיצירן כדרלעומר מיט כדור-מאבוק (Kudur-Mabuk) אן עילמישער מיליטער-מאן וואס האט איינגענומען לאַרסאַ און געקרוינט אלס קעניג זיין זון וארד-סין (וועלכער ווערט אידענטיפיצירט מיט אריוך). עילם'ס מאַכט איז פאַקטיש פאַרשפּרייט געווען מערב צו מעסאָפּאָטאַמיע אין דער אַלטער בבלישער צייט (אַרום 2000–ב' אלפים), און עס זענען דאָ אַרכעאָלאָגישע שפּורן פון עילמישער קאָנטראָל איבער שטחים אין כנען.[21][17][22].

יוסף בן מתתיהו שרייבט אז די פיר קעניגן, אריינגערעכנט כדרלעומר, זענען געווען אשורישער גענערעלער[23]. ענליך שרייבט דער אברבנאל אז "די אלע האבן געקעניגט אין געגנטער פון אשור"[24]. רב סעדיה גאון שרייבט אז כדרלעומר איז געווען דער קעניג פון כוזיסטאן (העב'), א געגנט דרום-מזרח פון דער היינטיגער איראן[25]

אין מדרש

אין מדרש רבה שטייט אז די פיר מלכים זענען מרמז קעגן די פיר גרויסע אימפּעריעס וואס וועלן אויפשטיין אויף דער וועלט, און אידענטיפיצירט כדרלעומר מיט מָדַי[26]; דאס שטימט מיט חז"ל אנדערשוואו אז עילם איז מדי[27]. אבער דער רמב"ן ברענגט דעם מדרש אנדערש, אז כדרלעומר איז מרמז אויף יָוָן[28].

ביבליאגראפיע

  • פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, 1993, זייטן 103-104.
  • חיים ה. פייפר, "כדרלעמר", אנציקלופדיה מקראית ד, עמוד 13.
  • לייבל רזניק, התנ"ך מן השטח א, ירושלים, תשע"א, עמ' 77–81, אויף אוצר החכמה.

רעפערענצן

  1. פארגלייכט מלכים ב' יח, ז.
  2. בראשית יד, ד–ה.
  3. בראשית א, ט.
  4. רד"ק, בראשית יד, ד.
  5. פייפר, כדרלעומר.
  6. גור אריה, בראשית יד, ה.
  7. ספורנו, בראשית יד, א.
  8. רש"י אין דפוס אלקבץ, געברענגט אין רש"י השלם – אריאל א, מכון אריאל: ירושלים, תשמ"ו, 143982.
  9. פענח רזא און טור על התורה, בראשית יד, א.
  10. העמק דבר, בראשית יד, א.
  11. פסיקתא זוטרתא (לקח טוב), בראשית יד, יח.
  12. עץ יוסף אויף בראשית רבה, פרשה מ"ד, פסקה ז'.
  13. חולין סה, א.
  14. זעט מנחת שי, בראשית יד א.
  15. בית שמואל, שמות אנשים, אות כ'.
  16. תשובות הרשב"א מיוחס להרמב"ן סי' קמח.
  17. 17.0 17.1 17.2 17.3 רזניק, תשע"א.
  18. Morris Jastrow, Jr., Robert W. Rogers, ‏"Chedorlaomer", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).
  19. חיים תדמור, אנציקלופדיה מקראית ח, תשמ"ב, עמ' 434-435, "תדעל".
  20. ארצי 1993; פייפר כדרלעמר.
  21. פירוש הרב דוד צבי הופמן, בראשית יד, א, הערה 12.
  22. Donald A. MacKenzie, (1915), Myths of Babylonia and Assyria.
  23. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך א, קאפּיטל ט.
  24. אברבנאל, בראשית יד, א.
  25. רב סעדיה גאון, תפסיר לבראשית פרק יד פסוק א.
  26. בראשית רבה, פרשה מ"ב, פסקה ד'.
  27. שמות רבה, פרשה ט"ו, פסקה ט"ז. פירוש מהרז"ו אויף בראשית רבה מב.
  28. רמב"ן, בראשית יד, א.