נִמְרוֹד ווערט דערמאנט אין ספר בראשית און אין דברי הימים אלס א זון פון כוש, און דעריבער אן אייניקל פון נח, וואס האט איז געווען א קעניג אין א צאל שטעט אין ארץ שִׁנְעָר. דער תורה שטעלט אים פאָר אז "ער האט אנגעהויבן זיין א העלד אויפ'ן וועלט; ער איז געווען א העלד יעגער פאַר גא-ט". חז"ל זאגן אז ער האט צוגערעדט די בירגער צו ווידערשפּעניגן גא-ט, און אויך בויען דעם מגדל בבל.

נמרוד
אשורישער איינקריצונג פון א פריערדיגער קעניג, א יעגער, וואס מאנכע אידענטיפיצירן אלס נמרוד
אשורישער איינקריצונג פון א פריערדיגער קעניג, א יעגער, וואס מאנכע אידענטיפיצירן אלס נמרוד
תקופה תקופת בני נח
בתנ"ך בראשית י, ח–י; דברי הימים א' א, י
בילד פון נמרוד, פון 1679 בוך טוריס בבל פון אַטהאַנאַסיוס קירטשער

אין תנ"ך

נמרוד ערשיינט אין פרשת נח צווישן די דורות פון נח, און אויך אין דברי הימים א' א. ער ווערט דערמאנט אלס דער זון פון כוש, אייניקל פון חם, און אור-אייניקל פון נח:

 וְכוּשׁ יָלַד אֶת נִמְרֹד, הוּא הֵחֵל לִהְיוֹת גִּבֹּר בָּאָרֶץ;
הוּא הָיָה גִבֹּר צַיִד לִפְנֵי ה', עַל כֵּן יֵאָמַר כְּנִמְרֹד גִּבּוֹר צַיִד לִפְנֵי ה';
וַתְּהִי רֵאשִׁית מַמְלַכְתּוֹ בָּבֶל וְאֶרֶךְ וְאַכַּד וְכַלְנֵה, בְּאֶרֶץ שִׁנְעָר.

אנדערש ווי די אנדערע אייניקלעך פון נח ווערט נישט בלויז דערמאנט נמרוד'ס נאמען, נאר אויך איינצלהייטן פון זיין לעבן. ער איז געווען א מעכטיגער יעגער, און אז "ראשית ממלכתו", די אנהייב פון זיין קעניגרייך, איז געווען בבל, ארך, אכד, און כלנה אין ארץ שנער. "ראשית ממלכתו" איז אן אייגנארטיגע לשון וואס מ'טרעפט נישט אנדערשוואו. און די ווערטער מיינען אז ער האט געהערשט איבער די שטעט, און מסתמא האט ער זיי אויך געבויט[1].

פון די לשון הפסוק " מִן הָאָרֶץ הַהִוא יָצָא אַשּׁוּר" (בראשית י, יא) איז אומקלאר ווער, נמרוד צו אשור בן שם, איז ארויס פון שנער און געבויט אינעם לאנד אשור די שטעט נינוה, כלח, רסן, און רחובות עיר. תרגום אונקלוס[2], תרגום ירושלמי, רש"י, און נאך לערנען אז אשור איז ארויס פון ארץ שנער און געבויט די שטעט, און טייל לייגן צו אז זיין גיין איז געקומען פון קעגנערשאפט צו נמרוד און די דור הפלגה; ווידער תרגום יונתן[2.1], דער רמב"ן, און אנדערע לערנען אז נמרוד האט אויסגעברייטערט זיין קעניגרייך קיין אשור.

אין מיכה ה, ו, איז משמע אז "ארץ נמרוד" איז א סינאנים צו אשור, וואס שטימט מיט דער מיינונג אז נמרוד האט עס געבויט[3]; אבער א צאל מפרשים, ווי רש"י און דער רד"ק[4], טייטשן אז "ארץ נמרוד" באציט זיך צו בבל[5].

אין מדרש

די ווערטער "לפני ה'" (בראשית י, ט) וואס שטייט ביי נמרוד ווערט אויסגעטייטשט דורך חז"ל אז ער האט געזינדיגט להכעיס; ער איז געווען א "מכיר את בוראו ומתכוון למרוד בו", איינער וואס קען ווייסט ס'איז דא א גא-ט און צילט ווידערצושפעניגן אין אים[6][7]. זיין נאמען "נמרוד" ווערט אויסגעטייטשט פון דעם לשון "מרידה", ער האט ווידערגעשפּעניגט אין גא-ט און געמאכט אנדערע ווידערשפעניגן, און מיט זיין שארפן צונג אפגערעדט מענטשן פון דינען גא-ט[8][7.1].

 
נמרוד קעגן דעם הינטערגרונד פון בבל טורעם, אויל מאלעריי פון די 17'טע יארהונדערט

חז"ל באצייכענען נמרוד אלס דער וואס האט צוגערעדט זיין דור צו בויען דען מגדל בבל, אויסנוצנדיג די גרויסקייט וואס גא-ט האט אים געגעבן ווידערצושפעניגן אין אים[9]. מגדל בבל וועט אנגערופן אין מסכת עבודה זרה "בית נמרוד", און די גמרא זאגט אז די שטיינער דערפון איז מותר בהנאה ווי אן "עבודת כוכבים שהניחוה עובדיה בשעת שלום". און כאטש וואס בשעת גא-ט האט זיי פארשפרייט איז געווען ווי א שעת מלחמה, איז דאס אז זיי זענען נישט צוריקגעקומען א ראיה אז זיי האבן עס מבטל געווען[10].

חז"ל'ס נעגאטיווע בליק אויף נמרוד ערשיינט אויך אין אנדערע חיבורים פון זמן בית שני. פילון האלכסנדרי שרייבט אז נמרוד איז געווען א זינדיגער וואס האט זיך קעגנגעשטעלט גא-ט, טייטשנדיג "לפני ה'" – "אנטקעגן גא-ט". ער שרייבט אז נמרוד קען באצייכנט ווערן אז דער ערשטער אין הויפט זינדיגער, און ווייזט אן אז זיין נאמען באדייט "ווידערשפעניגן"[11]. יוסף בן מתתיהו שילדערט נמרוד ווי איינער וואס אפגערעדט די מענטשהייט פון דינען גא-ט, און גלייבן אז זייער מאכט איז דאס וואס ברענגט זייער גליק. ער האט צוביסלעך געברענגט די מענטשהייט אונטער זיין טיראניע, און זיי צוגערעדט צו בויען דעם מגדל בבל זיך צו באשיצן דארט פון א צוקונפטיגן מבול[12]

אנדערש איז דער מיינונג פונעם אבן עזרא, וואס טייטשט דעם פסוק "לפני ה'" אז נמרוד פלעגט פאנגען בעלי חיים זיי מקריב צו זיין פאר אן עולה לה'[7.2]. דער רמב"ן דינגט זיך שטארק אויף אים, זאגנדיג אז ער איז מצדיק דעם רשע[7.3].

אין בראשית רבה, פרשה ל"ח, פסקה י"ג ווערט געשילדערט די געשיכטע פון אברהם און זיין פאטער תרח'ס געשעפט פון אפגעטער, אין וועלכער נמרוד באפעלט אריינצואווארפן אברהם אין קאלך-אויוון, פון וועלכן אברהם ווערט געראטעוועט בנס. די גמרא דערציילט אז נמרוד האט דורכאויס יענע געשיכטע איינגעשפארט אברהם, אין שטאט כותא במשך דריי יאר, און זיבן אין קדרו[13]. ווען אברהם איז ארויס לעבעדיג פון קאלך-אויוון האבן אלע קעניגן אים געגעבן א מתנה, און נמרוד האט אים געגעבן אליעזר[14]

חז"ל זאגן אז נמרוד "אמרפל מלך שנער" וואס ווערט דערמאנט אין בראשית יד. זיין נאמען "אמרפל" ווערט גע'דרש'נט אויף עטליכע וועגן: "שאמר והפיל", ער האט געהייסן און אריינגעווארפן אברהם אין קאלך-אויוון[15], אדער "אמר אפל", זיינע רייד זענען פינסטער[16].

אין פרקי דרבי אליעזר ווערט דערציילט אז די "כתנות עור" וואס דער אייבערשטער האט געמאכט פאר אדם און חווה (בראשית ג, כא) זענען געווען מיט נח אין דער תיבה, און חם האט עס גע'ירש'נט און עס ווייטער געגעבן צו נמרוד. ווען נמרוד האט געטראגן די קליידער האבן אלע חיות געפאלן צו זיינע פיס, און די מענטשן האבן געמיינט אז דאס איז צוליב זיין גרויסער כוח, און זיי האבן אים געקרוינט אלס קעניג. שפעטער איז איז נמרוד ערמארדעט געווארן דורך עשו ווען יענער האט בארויבט נמרוד זיין ספעציעלע קליידער, ווי עס ווערט אויך געברענגט אין אנדערע מדרשים[17], און די זענען די "בגדי עשיו החמודות"[18].

אין ספר הישר

אין ספר הישר ווערט פארברייטערט נמרוד'ס לעבן און שאפן. נמרוד איז געבוירן געווארן צו כוש אויף דער עלטער, און כוש האט אים ליב געהאט און געגעבן די "כתנות עור" וואס ער האט באקומען פון חם, וועלכע האט זיי גע'גנב'עט פון נח. ביי די צוואנציג יאר האט ער אנגעטון די "כתנות עור" און געווארן מיט זיי א גרויסער פאנגער, פאנגנדיג חיות מקריב צו זיין קרבנות פאר'ן באשעפער. ווען ער איז אלט געווען פערציג יאר איז פארגעקומען א קריג צווישן די בני חם און די בני יפת, און נמרוד האט צוזאמענגענומען 540 לייט, פאמיליע און פריינט, באזיגט די בני יפת, און געווארן דער קעניג איבער אלע בני נח. אלס קעניג איז ער געווארן זייער א זינדיגער, און ער האט געהאט א זון "מרדון" וואס איז געווען נאך זינדיגער פון אים. ער האט באפוילן דאס בויען פון מגדל בבל, און ווען דאס איז צעשטערט געווארן האט ער באקומען דעם נאמען "אמרפל", וואס קומט פון "אמר נפל", זיין באפוילענע ווערק (מגדל בבל) איז געפאלן.

תרח איז געווען נמרוד'ס הויפט גענעראל, און ווען אברם איז געבוירן געווארן אויף תרח'ס עלטער, זענען נמרוד אין זיינע לייט אים געקומען גראטולירן. יענע נאכט האבן נמרוד'ס חרטומים געזען א גרויסן שטערן קומען פון מזרח, לויפט איבער'ן הימל און שלינגט איין פיר שטערנס. זיי האבן דאס אויסגעטייטש אויף אברם, אז ער וועט אויסוואקסן און זיך מערן און איבערנעמען די וועלט. זיי האבן עס דערציילט פאר נמרוד, און ער האט פארלאנגט אז תרח זאל אים איבערגעבן אברם פאר געלט. ווען תרח האט זיך קעגנגעשטעלט איז נמרוד געווארן זייער בייז, דאן האט תרח אים געגעבן א קנעכט'ס קינד און איינגערעדט אז דאס איז אברם, ווען אברם ווערט באהאלטן אין א הייל פאר צען יאר. נאך וואס אברם איז ארויס פונעם קאלך-אויוון האט נמרוד געהאט א חלום וואס האט פאראויסגעזאגט זיין דורכפאל ביי דער מלחמה אין עמק השידים, און נמרוד האט אים געוואלט אומברענגען, נאר אברם איז באצייטנס אנטלאפן קיין ארץ כנען. נמרוד איז אלט געווען 215 יאר ווען ער איז געשטארבן.

היסטארישע אידענטיטעט

היסטאריקער, אָריענטאַליסטיקער, און אַסיריאָלאָגן זוכן שוין לאנג א פארבינדונג צווישן נמרוד פון דער תורה און היסטארישע פערזאנען אין בבל און ארום, אבער קיין מלך מיטן נאמען נמרוד אדער אן ענליכן נאמען געפינט מען נישט אין קיין איינע פון די עלטערע און צאלרייכע היסטארישע שומערישע, אַקאַדישע, אשורישע אדער בבלישע קעניגן-ליסטעס. עס ווערט אויך נישט דערמאנט א נאמען נמרוד אין קיין אנדערע שריפטן פון מעסאָפּאָטאַמיע אדער אירע שכנים, אין סיי וועלכן קאנטעקסט, אין די בראָנז-צייט, אייזן-צייט, אדער פאר-קריסטלעכע קלאסישע עפאכע.

עס זעט אויס אז די געשיכטע פון נמרוד באציען זיך צו דער שפעטער בראָנז-צייט, וויבאלד די תורה דערמאנט די שטעט "ארך" און "אכד". דער חורבן פון דעם שטאט "אכד" און דער צוזאמפאל פון איר קייזערטום איז פארגעקומען ארום 2200–2154 פצ"ר (לויט דער לאנגער כראנאלאגיע), און "ארך" (שומעריש-אַקאַדיש "אורוק") האט פארלוירן איר וויכטיגקייט אַרום 2000 פצ"ר צוליב קאמפן צווישן איסין, אור, לאַרסאַ, און עילם[19].

א צאל פרואוון אים צו פארבינדן מיט היסטארישע פערזאנען זענען געמאכט געווארן, אבער אן סיי ערפאלג.

דער קריסטלעכער בישאף אייסעביוס פון קייסאריע (4'טער יארהונדערט למספרם), האט באמערקט אז דער בבלישער היסטאריקער בעראָסוס (3'טן יארהונדערט פצ"ר) האט געזאגט אז דער ערשטער קעניג נאכן מבול איז געווען אייעכאָיאָס פון כאַלדאַ (כאַלדאַ איז א קליין שטאַט אין דרום-מזרח מעסאָפּאָטאַמיע וואס איז געגרינדעט געווארן שפעט אין 9'טן יארהונדערט פצ"ר), און האט אים אידענטיפיצירט מיט נמרוד. די זעלבע האט געהאלטן דזשארדזש סינקעלוס ארום 800 למספרם.

אבער פוננקט ווי נמרוד, געפינט זיך קיין קעניג מיטן נאמען "אייעכאיאס" נישט אין קיין מעסאפּאטאמישע רעקארדס. שפעטערע סומעראָלאָגן האבן פארגעשלאגן צו פארבינדן סיי דעם אייעכאיאס, ווי אויך אן "אייעכאָראָס" וואס ערשיינט אין די עלטסטע קאפּיעס פון אייליאַן (ארום 200 למספרם) אלס דער קעניג פון בבל און זיידע פון גילגאַמעש, מיט'ן גרינדער פון אורוק וואס איז באקאנט פון קיילנשריפט דאקומענטן אלס "ענמערקאַר"[20]. דעיוויד ראָל האט פארגעשלאגן אז נמרוד אז טאקע דער ענמערקאַר; די געשיכטע פון "ענמערקאַר און דער האר פון אַראַטאַ"[21] טראגט עטליכע ענליכקייטן צו דער מעשה פון נמרוד און מגדל בבל, און דער "-קאַר" סופיקס אין ענמערקאַר מיינט א "פאנגער", א פאך מיט וואס די תורה באצייכנט נמרוד. ער האלט אויך אז דאס שטאט ערידו נעבן אור איז דער אריגינעלער בבל, און אז דער אומגעפארטיגטער זיגוראט דארט אין מגדל בבל[22].

טייל האבן פארגעשלאגן א מעגליכער פאַרבינדונג צווישן דעם האר פון מאַראַד און נמרוד, אין די ארטיגע שפראך איז א האר "ני" און "נמרוד" איז אלזא "ני מאַראַד"[23]. טייל האבן געזען אין אים דער בבלישער העלד איזדובאַר, היינט באקאנט אלס גילגאמעש, וועלכע איז באצייכנט אלס א גרויסע פאנגער, אלץ באגלייט מיט פיר הונט. טייל פארשער האלטן איז די ריכטיגע וועג פון ליינען זיין נאמען איז מעגליך "נאַרמַ אודו". היינט איז אבער קלאר אז זיין נאמען ליינט מען "גילגאמעש". אנדערע האלטן אז ער שפיגלט זיך אפ אין דער בבלישער אפגאט מרודך, וועלכע וועט אויך באצייכנט ווי א פאנגער, און מ'קען אויך ליינען זיין נאמען ווי "נאַמר אוד"[24]. טייל שטעלן צו דער אשורישער אפגאט נינורטאַ, וועלכע ווערט באצייכנט ווי א שטארקער קעמפער[25]. אנדערע גלייבן אז נמרוד איז "בילוס", א בבלישער קעניג און אפגראט באקאנט פון גריכישע מיטאלאגע, באזירט אויף דעם פאקט אז בבלישע און אשורישע אויפשריפטן טראגן די נעמען "ביל-ניברו"[26]. יגאל לעווין האט צוגעשטעלט צו נמרוד סרגון פון אכד אדער זיין אייניקל נאראם-סין[27].

די נאמען "נמרוד"

ביי אידן האלט מען זיך אפ פון נוצן דאס נאמען "נמרוד", וויבאלד ער איז געווען א רשע, און בפרט אז זיין נאמען ווייזט אויף זיין שלעכטע נאטור. אבער צווישן אזעלכע וואס זענען נישט קיין שומרי תורה ומצוות איז די נאמען געווען זייער מצוי אין פארגאנגענהייט אבער איז זייער ווייניגער געווארן היינטיגע צייטן.

די מעשיות וואס זענען פארבונדן געווארן ארום די נאמען פון נמרוד ערשיינען, להבדיל, אויך אין קריסטליכע און איסלאמישע טראַדיציעס, און עס ערשיינט אויך ווי א קריסטליכע פאמיליע נאמען. עס זענען אויך פארהאן צייטונגען אין פארשידענע טעמעס וואס טראגן די נאמען נמרוד. דאס פאָרשטעלן נמרוד ווי א יאַגד העלד ווערט אָפּגעשפּיגלט מיטן נוצן זיין נאמען פאר בריטישע קריגס שיפן, א בריטישער קריגס פליגער, הוקר נמרוד, בריטישער קוק פליגער, הוקר סידלי נמרוד, און א איזראעלישער אנטי טאנק מיסיל, נמרוד.

צופוסנס פון חרמון געפונט זיך די נמרוד פעסטונג, און נאנט צו אים איז אויפגעשטעלט געווארן די שטעטל נמרוד. אין פינף שטאַטן אין אמעריקע זענען פארהאן שטעט וואס טראגן די נאמען נמרוד.

ביבליאגראפיע

  • רבי אברהם יהושע העשל וויינבערג, "אמרפל נמרוד", אוצר ערכי התורה באהלי יששכר ג, בני ברק, תשל"ג, עמ' 156-167

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. קיל רנד.
  2. זע רפאל בנימין פוזן, פרשגן בראשית, ירושלים תשע"ב, זייט 211, 199843.
    1. זע דארט הערה 132.
  3. זע רמב"ן אויף בראשית י, יא.
  4. אויף מיכה ה, ו.
  5. תנ"ך עם פירוש דעת מקרא כ (תרי עשר ב), ירושלים, תש"נ.
  6. ספרא בחקותי ב, ב.
  7. רש"י בראשית י, ט; רלב"ג דארט.
    1. תרגום ירושלמי דארט.
    2. אבן עזרא דארט.
    3. רמב"ן דארט.
  8. עירובין נג, א.
  9. רש"י בראשית י, ח; חולין פט, א.
  10. עבודה זרה נג, ב.
  11. פילון האלכסנדרי, שמואל בלקין (איבערזעצער), מדרשי פילון, ניו יארק, תשמ"ט, עמ' רכה.
  12. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך א, קאפּיטל ד.
  13. בבא בתרא צא, א.
  14. מסכת סופרים פכ"א ה"ט; וויינבערג "אמרפל נמרוד"
  15. עירובין נג, א.
  16. בראשית רבה, פרשה מ"ב, פסקה ה'.
  17. בראשית רבה, פרשה ס"ה, פסקה ט"ז. לויט בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה י"ג האט נמרוד געוואלט הרג'ענען עשו.
  18. פרקי דרבי אליעזר, פרק כ"ד. דאס ווערט אויך געברענגט באריכות אין ספר הישר.
  19. Harris, Stephen L. (1985). Understanding the Bible. Palo Alto: Mayfield.
  20. Henkelman, Wouter F. M. "The Birth of Gilgamesh". Altertum und Mittelmeerraum: die antike Welt diesseits und jenseits der Levante. p. 819.
  21. "Enmerkar and the lord of Aratta: translation". Etcsl.orinst.ox.ac.uk. Retrieved 12 November 2009.
  22. egends: The Genesis of Civilization (1998) and The Lost Testament (2002) by David Rohl.
  23. Prince, J.D. (1920), "A Possible Sumerian Original of the Name Nimrod", Journal of the American Oriental Society.
  24. "Nimrod", Encyclopaedia Judaica, 2007.
  25. עולם התנ"ך, זייט 79.
  26. The Seven Great Monarchies of the Ancient Eastern World. Vol. 1. pp. 347–350.
  27. Levin, Yigal (2002), "Nimrod the Mighty, King of Kish, King of Sumer and Akkad", Vetus Testamentum, vol. 52, no. 3, pp. 350–356, doi:10.1163/156853302760197494.