באַניצער:תנא קמא/יום שבת קודש הוא

< באַניצער:תנא קמא
ווערסיע פון 18:03, 4 יולי 2025 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
טעקסט אין אידיש, דורך מענדעלע מוכר ספרים
אין זיין זמירות ישראל (זשיטאמיר 1875)[1]
מאמר חז"ל נאטיצן
1

יוֹם שַׁבָּת קוֹדֶשׁ הוּא
אַשְׁרֵי הָאִישׁ שׁוֹמְרֵהוּ
וְעַל הַיַּיִן זָכְרֵהוּ
וְאַל יָשִׂים אֶל לִבּוֹ
הַכִּיס רֵק וְאֵין בּוֹ
יִשְׂמַח וְיִרְוֶה, וְאִם לֹוֶה, הַצּוּר יִפְרַע אֶת חוֹבוֹ

דער טאג פוּן שבּת הײליג איז ער,
װאױל דעם װאס היט איהם װי עס געהער.
אוּן דערמאהנט איהם אין קידוּש אױף װײן,
עס פאלט איהם גאר קײן געדאנק ניט אײן,
אַז דער בּײטעל איז גאר לײדיג, לער,
נישטא אין איהם אי אַ שילינגער.
לאז ער זיך פרײען, עסען לרוב,
אױבּ ער בּארגט, װעט גאט צאהלען זײן חוב.

גמרא אין מסכת ביצה "לוו עלי ואני פורע" (ביצה טו, ב). ביישפיל
2

הַבָּשָׂר יַיִן וְדָגִים
וְאַל יֶחֱסַר בְּתַעֲנוּגִים
וְאִם שְׁלָשׁ אֵלֶּה לְפָנָיו צָגִים
זֶה יִהְיֶה שְׂכָרוֹ
אֲשֶׁר חָפֵץ בִּיקָרוֹ
יוֹסֵף חָצָה, דָג וּמָצָא, מַרְגָּלִית בִּבְשָׂרוֹ

פלײש, װײן אוּן פיש װעט איהם ניט פעהלען,
װעט ער די דרײ געריכט צוּם טיש שטעלען,
דאס װעט זײן דער לױן זײנער דערפאר,
פאר טײער האלטען שבּת דער שכר.
יוסף צוּשפּאלט אַ פיש, ס’איז גאנץ קלאר,
אוּן געפינט אין איהם אַ פּערעל גאר.

די געשיכטע פון יוסף מוקיר שבת (שבת קיט, א). ביישפיל
3

וְאִם שֻׁלְחָן כַּדָת עָרוּךְ
וּמַלְאָךְ אֵ-ל יַעֲנֶה בָּרוּךְ
זֶה יִהְיֶה זְמַן אָרוּךְ
וְאוֹיְבָיו יִהְיוּ כְדוֹמֶן
וּמַלְאָךְ רַע יַעֲנֶה אָמֵן
בְּעַל כָּרְחוֹ, יְסַפֵּר שְׁבָחוֹ, שְׁמוֹ יַעֲלֶה כְּטוֹב שָׁמֶן

איז דער טיש געגרײט אָרענטליך־פײן,
אוּן גאט’ס מלאָך זאגט : „זאלסט געבּענקט זײן“,
װעט עס טאקי תּמיד זײן װי הײנט,
װי מיסט װעלען װערען זײנע פײנט.
דער שלעכטער מלאָך ענטפערט אָמן,
אוּן װעט מוּזען לױבּען זײן נאמען,
דער שם זײנער װעט געהן צװישען לײט,
אַזױ אי ער אײל װאס שמעקט װײט.

ברייתא אין מסכת שבת, "רבי יוסי בר יהודה זאגט, צוויי מלאכים באגלייטן א מענטש ערב שבת פון בית הכנסת צו זיין שטוב, איינער א גוטער און איינס א שלעכטער, און ווען מען קומט אין שטוב, און מען געפינט די ליכט ברענט, דער טיש אנגעגרייט, און די בעט אויסגעשפרייט, זאגט דער גוטע מלאך 'יהי רצון אז אויף דעם קומענדיגן שבת זאל זיין אזוי' און דער שלעכטער מלאך ענטפערט אמן געצווינגענערהייט" (שבת קיט, ב). ביישפיל
4

נָשִׁים נֵרוֹת תַּדְלִיקֶנָּה
וְחֹק נִדּוֹת תַּחֲזִיקֶנָּה
וְהַחַלּוֹת תַּסִּיקֶנָּה
יָגֵן בַּעֲדָן זְכוּתָן
יוֹם בֹּא עֵת לֵדָתָן
וְאִם לֹא עָבְרוּ, וְנִזְהָרוּ, אֲזַי קְרוֹבָה לֵדָתָן:

װײבּער אַזעלכע װאס ליכט בּענשען,
אוּן האלטען זײער צײט װי מענשען,
װאס זײ בּאקען אוּן נעהמען חלה,
דער זכוּת פוּן די דרײ מצװת אַלע,
װעט זײ אם יִרצה השם בּײשטעהן,
אין דער רעכטער צײט בּײם צוּקינד געהן,
דערפאר ואס זײ היטען דאס אַלסדינג,
װעלען זײ געװינען גיך אוּן גרינג.

די משנה[2] אז צוליב'ן נישט זיין נזהר אין די דריי זאכן שטארבן פרויען בשעת א געבורט. ביישפיל
5

תְנוּ שֶׁבַח וְשִׁירָה
לָאֵל אֲשֶׁר שַׁבָּת בָּרָא
וְלָנוּ בוֹ נָתַן תּוֹרָה
קָרָא לְמשֶׁה מַתָּנָה
בְּבֵית גְּנָזַי הִיא טְמוּנָה
לְךָ יָאֲתָה, וְקַח אוֹתָהּ, תְּנָהּ לַעֲדַת מִי מָנָה

גיט צוּ גאט אַ שבח אַ פײנעם,
פאר דעם הײליגען שבּת זײנעם,
ער רוּפט אוּן זאגט צוּ משה אַ װארט:
„אַ מתּנה ליגט אין מײן אוצר דארט,
שבּת איז עס, פּאסט דיר שײן װינדער,
נעהם גיבּ זי די יוּדישע קינדער“.

ביישפיל ביישפיל
6

נֶפֶשׁ כִּי נֶאֱנָחָה
בָּא שַׁבָּת בָּא מְנוּחָה
גִּיל וְשָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה
בֵּרְכוֹ וְקִדְּשׁוֹ בְּמָן
מִלְּרֶדֶת לְעַם לֹא אַלְמָן
וְהַשַּׁבָּת, נֶפֶשׁ מְשִׁיבַת, בְּפִיסַת בָּר אֲשֶׁר טָמָן

אַז דאס הארץ װײנט, צרות טרעטען צוּ,
קוּמט דער שבּת, קוּמט מנוּחה אי רוּה,
לוּסטיגקײט קוּמט, אַ שמחה, אַ פרײד,
מען פארגעסט אַלע צרות אוּן לײד.
גאט האט מיט דעם מן אין יענער צײט,
געבענשט, געהײליגט דעם טאג בּײ לײט:
געהײליגט, דארױף איז דאס אַ בּעװײז:
אין איהם איז ניט געגאנגען מן, קײן שפּײז,
געבּענשט, וואס פרײטיג קוּמט פאר איהם אָן
מיט אַ מאל גאנצע צװײ מעסטליך מן.

ביישפיל ביישפיל
7

חֻקּוֹתֶיהָ בְּמָרָה
נִצְטַוּוּ בְּאַזְהָרָה
כַּהֲרָרִים בִּשְׂעָרָה
תְּלוּיִם הִלְכוֹתֶיהָ
שׁוֹמְרֵי מִצְוֹתֶיהָ
יִנְחָלוּ, לְיוֹם שֶׁכֻּלּוֹ, שַׁבָּת בְּצִבְאוֹתֶיהָ

היט מען פוּן שבּת די פיל געבּאט,
בּעקוּמט מען עולם הבּא פוּן גאט.

ביישפיל ביישפיל
8

 זֶּה הָאוֹת אֲשֶׁר שָׂם אֵל
בֵּינוֹ וּבֵין בְּנֵי יִשְׂרָאֵל
וּבַשְּׁבִיעִי אֲשֶׁר הוֹאֵל
סַמְבַּטְיוֹן הַנָּהָר
שֶׁבְּכָל יוֹם רָץ וְנִמְהָר
יוֹכִיחַ, בּוֹ מָנוֹחַ, תָּשִׁיב לְמִין אֲשֶׁר שׁוֹאֵל[3]

דאס איז דער צײכען פוּן גאט דעם הער,
צװישען איהם אוּן יִשראל שטעהט ער
אוּן דעם זיבּטען טאג װאס ער װיל,
װאס ער איז שטארק הײליג, רוּהיג שטיל.
סמבּטיון דער טײך װאס לױפט זעהר גיך,
אוּן שבּת גאר פּלוּצלים שטעלט ער זיך,
בּעװײזט, אַז פוּן רוּה איז ער אַ טאג,
דאס גיבּ דעם אַפּיקורום אַ זאג.

ביישפיל ביישפיל
9

קוֹלֵי קוֹלוֹת יֶחְדָּלוּן
בְּעֵת שִׁירַי יִגְדָּלוּן
כִּי כַטַּל הֵם יִזָּלוּן
וְאַל יַסִּיגוּ גְבוּלִי
בְּאוֹרַח שִׁיר נָפַל חֶבְלִי
הִתְקוֹשְׁשׁוּ, וְאַל תְּשַׁמְּשׁוּ, בְּנֵזֶר שִׁיר שָׁפְרָה לִי

עס הערען אױף די קולות זײנע,
װען איך זינג הױך די זמירות מײנע,
װאס גיסען זיך מחיה װי טױ גלײך,
די שטארקע קולות פוּן יענעם טײך
שווײגען, זענען ניט משיג גבוּל מיר,
אין דעם שטײגער פוּן זינען מײן שיר.
האלט זיך אײן, קײן רעש, קײן פּיפּס מעהר,
נעהמט נישט די קרױן פוּן שיר, װאס מיר געהר.

ביישפיל ביישפיל
  1. דער ערשטע סטראף הייבט אן מיט א לויב פאר דעם וואס היט שבת. עס זאגט אן אז מען זאל זיך נישט זארגן אויב דער קעשענע איז ליידיג און מען האט נישט פאר הוצאות השבת, נאר מען זאל בארגן און זיך פרייען און טרינקען ווייל דער באשעפער וועט שוין באצאלן דעם חוב. דאס איז באזירט אויפ'ן גמרא אין מסכת ביצה "לוו עלי ואני פורע"[4].
  2. דער צווייטער סטראף באשרייבט די אידעאלע שבת סעודה מיט די "דאזיגע דריי": פלייש, וויין און פיש, און אז מען זאל נישט פעלן אין תענוגים. עס דערמאנט די געשיכטע פון יוסף מוקיר שבת[5] אלס א ביישפיל פון דעם שכר פון מכבד זיין שבת.
  3. אינעם דריטן סטראף ווערט דערמאנט אז אויב דער טיש איז געדעקט כדת, וועט א ג-ט'ס מלאך ענטפערן "ברוך". דאס וועט זיין א לאנגע צייט פאר אים, און זיינע שונאים וועלן ווערן צו מיסט, און אפילו דער שלעכטער מלאך וועט אומווילנדיג מוזן לויבן דעם מענטשנ'ס נאמען וועלכע וועט געהויבן ווערן ווי א גוטע אויל.
  4. ביים פערטער סטראף ווערט דעמאנט די דריי מצוות פון פרויען: צינדן שבת ליכט, היטן די הלכות פון נדה, און באקן חלות. די אלע זאכן וועלן זיין זייער זכות ווען די צייט פון געבורט קומט, און אויב זיי היטן זיי און זענען פארזיכטיג, וועלן זיי געבוירן געשווינד.
  5. דער פינפטער סטראף לויבט ג-ט וואס האט באשאפן שבת און אויף שבת האט אונז געגעבן די תורה (ווי עס שטייט אין מסכת שבת[6]). עס באזירט זיך אויף דער גמרא וואס זאגט אז דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה: "איך האב א גוטע מתנה אין מיין קאמער, און איר נאמען איז שבת, און איך וויל דאס געבן פאר די אידן"[7].
  6. אין זעקסטער סטראף ווערט דערמאנט די רואיגקייט, פרייד און פרייליכקייט וואס קומט מיט שבת. עס איז באזירט אויפן פסוק[8] "וַיְבָרֶךְ אֱלֹקִים אֶת יוֹם הַשְּׁבִיעִי וַיְקַדֵּשׁ אֹתוֹ" אויף וואס דער מדרש[9] זאגט "ברכו במן, וקדשו במן" – אז די מן איז נישט אראפגעקומען שבת, און פרייטאג איז געקומען דאפלט.
  7. דער זיבעטער סטראף זאגט אז אז די געזעצן פון שבת זענען געגעבן געווארן אין מרה[10]. דערנאך זאגט עס אז די הלכות פון שבת זענען ווי בערג וואס הענגען אויף א האר, ווי עס שטייט אין מסכת חגיגה[11], ווייל ס'איז דא ווייניג פסוקים און אסאך הלכות. די וואס היטן די מצוות וועלן ירש'ען א טאג וואס איז אינגאנצן שבת מיט אירע מחנות.
  8. דער אכטער סטראף רעדט וועגן שבת אלס א סימן וואס ג-ט האט געשטעלט צווישן אים און די קינדער פון ישראל. עס דערמאנט דעם טייך סמבטיון וואס רוט אום שבת, אלס א באווייז פאר א כופר וואס פארלאנגט א ראי' אויף שמירת שבת. אזוי ווי די גמרא פארציילט אין סנהדרין[12] אויף טורנוסרופוס הרשע און רבי עקיבא.

דער ניינטער סטראף

דער לעצטער סטראף איז א פערזענליכער אויסדרוק פונעם דיכטער. עס רימט אויס דעם ליד, זאגנדיג אז אנדערע קולות וועלן אויפהערן ווען די רים פון זיין פאעזיע וועט וואקסן, ווייל זיינע פאעזיעס פליסן ארויס ווי טוי, און מען וועט אים נישט משיג גבול זיין. ער פירט אויס מיט א ווארנונג אז מען זאל און זיך נישט באנוצן מיט די קרוין פון פאעזיע, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן און איז בלויז פּאסיג פאר אים. די לעצטע שורה פון "התקוששו" חזר'ט מען איבער צוויי מאל.

  1. אלע ווערק, אכטער באנד, זז' 29–33.
  2. שבת לא, ב.
  3. פארהאן וואס זענען גורס אנדערש, כדי עס זאל שטימען מיט די גראם פון די אנדערע בתים.
  4. ביצה טו, ב.
  5. שבת קיט, א.
  6. שבת פו, ב.
  7. ביצה טז, א.
  8. בראשית ב, ג.
  9. בראשית רבה, פרשה י"א; אויך געברענגט אין רש"י, שמות כ, י.
  10. רש"י, שמות טו, כה.
  11. חגיגה י, א.
  12. סנהדרין סה, ב; בראשית רבה, פרשה י"א.