א האלצענע דריידל

א דריידל (וועסט-יידיש: טרענדל; העברעאיש: סביבון) איז א שפילצייג מיט א דיקער קערפער און א שפיץ פון אונטן, אויף וועלכע עס איז געמאכט זיך צו דרייען. ביי אידן איז א מנהג צו שפילן דערמיט אין חנוכה.

דער מנהג צו שפילן דריידל אין חנוכה ווערט געברענגט אין ספרים, אויך די חסידישע רבי'ס האבן געשפילט דערין, עס ווערט דערמאנט אין ספר בני יששכר, און אין ספר שיחות הר"ן סימן מ'.

טעם

א פארשפרייטער טעם צום מנהג, איז אז מיט דעם האבן זיך די קינדער געשפילט אין די צייטן פון די יוונים, וועלכע האבן נישט געלאזט לערנען תורה און מען האט געמוזט לערנען באהאלטענערהייט און ווען די יונים זענען געקומען האבן זיי זיך געמאכט ווי זיי שפילן דריידל. דער ערשטער מאל וואס אזא שילדערונג ווערט דערמאנט איז אין "אוצר כל מנהגי ישורון" ארויסגעקומען אין סעינט לואיס אין תרע"ח דורך ר' אברהם אליעזר הירשאוויץ פון פיטסבורג, אריגינעל פון קאוונא, וואו ער ברענגט עס בשם רבי עזריאל זעליג קרעלענשטיין[1].

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס


  1. אברהם אליעזר הירשאוויץ, אוצר כל מנהגי ישרון, סעינט לואיס, תרע"ח, עמ' 57