מנשה

עלטסטער זון פון יוסף

מְנַשֶּׁה איז דער בכור פון יוסף, און פאטריארך פון שבט מנשה. מנשה איז געבוירן געווארן צו יוסף אין מצרים דורך אסנת, די טאכטער פון פוטי-פֶרַע[1].

דער ערקלערונג פאר די נאמען פון מנשה שטייט אין די תורה ביי די ערציילונג פון זיין געבורט[2]: "וַיִּקְרָא יוֹסֵף אֶת־שֵׁם הַבְּכוֹר, מְנַשֶּׁה: כִּי־נַשַּׁנִי אֱלֹקִים אֶת־כָּל־עֲמָלִי, וְאֵת כָּל־בֵּית אָבִי." אז די ליידן פון יוסף זענען פארגעסן געווארן מיטן געבורט פון זיין זון[3].

אין ספר בראשית[4], ערשיינט מנשה צווישן אנדערע ביים אויסרעכענען די שבטי ישראל. תרגום השבעים לייגט צו צו די פסוק אויך די קינדער פון מנשה: "ויוולד למנשה אשר ילדה לו פילגשו הארמייה את מכיר, ומכיר הוליד את גלעד"[5].

פון די באקאנטע אפשטאמיגע פון מנשה אין תנ"ך זענען גדעון, יפתח הגלעדי[6] און בנות צלפחד[7].

אין חז"ל

מנשה קומט ארויס אין דער אגדה אלס זיין טאטנ'ס רעכטע האנט. ער איז געשיקט געווארן דורך יוסף צו שפּיאָנירן אויף זיינע ברידער נאך זיי זענען אריין אין מצרים[8]. ער איז אידענטיפיצירט אלס דער דאלמעטשער צווישן יוסף און זיינע ברידער (בראשית מב, כג) ווען זיין פאטער האט זיך געמאכט אומוויסנדיג אין לשון-קודש[9], און ער איז געווען דער וואס האט באזיגט שמעון טראץ זיינע קריגערישע פעאיגקייטן און אים אריינגעווארפן אין טורמע[10]. אלס פארוואלטער פון זיין פאטער'ס הויז, האט מנשה אויך צוגעגרייט די סעודה פאר יוסף'ס ברידער[11], און איז שפעטער געשיקט געווארן זוכן אין די זעק פארן זילבערנעם בעכער[12]. אויפן פאן פון שבט מנשה איז געווען געשטיקט א ווילדער אקס, א רמז אויף דברים לג, יז, וואָס רעפערירט צו גדעון (שופטים ו, יא), אַן אפשטאמלונג פון מנשה[13].

זעט אויך

פאר די שייכות צווישן אפרים און מנשה זעט אפרים אין חז"ל.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן