מְנַשֶּׁה איז א תנ"ך פערזענליכקייט, עלטערער זון פון יוסף, און פאטריארך פון שבט מנשה. מנשה איז געבוירן געווארן צו יוסף אין מצרים דורך אסנת, די טאכטער פון פוטי-פֶרַע[1].

אין ספר בראשית[2], ערשיינט מנשה צווישן אנדערע ביים אויסרעכענען די שבטי ישראל. תרגום השבעים לייגט צו צו די פסוק אויך די קינדער פון מנשה: "ויוולד למנשה אשר ילדה לו פילגשו הארמייה את מכיר, ומכיר הוליד את גלעד"[3].

פון די באקאנטע אפשטאמיגע פון מנשה אין תנ"ך זענען גדעון, יפתח הגלעדי[4] און בנות צלפחד[5].

זיין נאמען

אן ערקלערונג פאר די נאמען פון מנשה שטייט אין די תורה ביי די ערציילונג פון זיין געבורט[6]:

וַיִּקְרָא יוֹסֵף אֶת־שֵׁם הַבְּכוֹר, מְנַשֶּׁה: כִּי־נַשַּׁנִי אֱלֹקִים אֶת־כָּל־עֲמָלִי, וְאֵת כָּל־בֵּית אָבִי.

טייטש פון דאס ווארט נַשַּׁנִי איז "האט מיך געמאכט פארגעסן." דאס מיינט אז די ליידן פון יוסף זענען פארגעסן געווארן מיטן געבורט פון זיין זון. יוסף בן מתתיהו ערקלערט דעם נאמען "עס ברענגט צו פארגעסן", ווייל זיין פאטער יוסף האט אין אים געפונען א וועג צו פארגעסן זיינע ליידן[7].

אין חז"ל

מנשה קומט ארויס אין דער אגדה אלס זיין טאטנ'ס רעכטע האנט. ער איז געשיקט געווארן דורך יוסף צו שפּיאָנירן אויף זיינע ברידער נאך זיי זענען אריין אין מצרים[8].

זעט אויך

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. בראשית מא, נ–נא
  2. בראשית מו, כ
  3. תרגום השבעים לתורה, מהדורת צבי קארל, ירושלים, החברה לחקר המקרא בישראל, 1979, עמ' 60
  4. שופטים ו; שם יא
  5. במדבר כו, לג
  6. בראשית מא, נא
  7. קדמוניות היהודים, ירושלים, מוסד ביאליק, 2002, עמ' 47
  8. תנחומא באבער מקץ יז
  דער ארטיקל בנוגע תנ"ך איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.
טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער