עזה פאס

טעריטאריע אין ארץ ישראל
ווערסיע פון 02:03, 10 דעצעמבער 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט רוי:עזה פאס צו עזה פאס אן לאזן א ווייטערפירונג)


עזה פאס (טעריטאריע)
רצועת עזה / قطاع غزّة
Flickr - Israel Defense Forces - Gaza Buildings (1).jpg
מדינה / טעריטאָריע עגיפטן (1949–1967)
מדינת ישראל (1967–2005)
פאלעסטינער אויטאריטעט (2005–2007)
חאמאס (2007–2023)
מדינת ישראל פארטיידיגונגס-מיניסטעריום מיליטערישע קאנטראל (2023–איצט)
קאָאָרדינאַטן 31°27′N 34°24′E / 31.45°N 34.4°E / 31.45; 34.4 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
הויפּטשטאָט פון טעריטאריע עזה סיטי
אָפיציעלע שפּראַך אראביש
שטח 365 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין טעריטאריע

2,229,000‏  (שטייענדיג 2023)

GazaStripGovernatesNonLabeled.svg

צפון עזה
דיר
אל-באלאח
חאן יונעס
רפיח

עזה פּאַס (אַראַביש: قطاع غزّة – קֻטַאע עַ'זֶּה; ענגליש: Gaza Strip; העברעאיש: רצועת עזה; אפט גערופן בלויז עזה) איז א טעריטאריע מזרח פונעם מיטלענדישער ים וואס גרעניצט זיך מיט'ן עגיפטישן סיני האלב־אינזל אין דרום און מיט מדינת ישראל אין צפון און מזרח.

מאפע פון עזה פּאַס
עזה לופטפעלד
דער צוים ארום דעם עזה פאס

די טעריטאריע איז געשאפן געווארן אום 1948 נאכ'ן אומאפהענגיגקייט מלחמה צווישן עגיפטן און מדינת ישראל. עגיפטן האט דאן אנגעהאלטן קאנטראל אויף די שטח, און פילע פאלעסטינער פליטים האבן זיך באזעצט דארט. אין 1967, ביים זעקס טאגיגע מלחמה, האט מדינת ישראל איינגענומען דעם טעריטאריע און איר קאנטראלירט ביז די מיטעלע ניינציגער יארן, ווען ביי די אסלא אפמאכן איז געווארן אוועקגעשטעלט די פאלעסטינער אויטאריטעט (PA) צו מער-ווייניגער פארפיגן איבער די טעריטאריע. אין 2005, האט מדינת ישראל איינזייטיג זיך גענצליך ארויסגעצויגן און צעטשטערט די אידישע זידלונגען אינעם טעריטאריע. אין 2006 האט חאמאס געוואונען די ארטיגע וואלן, און אין א קריג דורכאויס די יארן 2006-7 גענצליך ארויסגעשטויסן די PA אנגעפירט דורך די פאטאח פראקציע און איבערגענומען טאטאלע קאנטראל. נאך די חאמאס פוטש האבן עגיפטן און מדינת ישראל ארויפגעלייגט א בלאקאדע אויף די טעריטאריע. אין די נאכפאלגנדע יארן זענען פארגעקומען כסדר'דיגע געשלעגן צווישן חאמאס און מדינת ישראל, ביז אקטאבער 7, 2023 ווען חאמאס האט דורכגעפירט א סורפרייז אטאקע, אומברענגנדיג איבער 1,200 איזראעליס, און פארכאפט נאך 253 קיין עזה. די אטאקע האט נאכגעפאלגט מיט קריג פון מדינת ישראל קעגן חאמאס.

די עזה פאס איז 25 מייל (40 קילאמעטער)* לאנג און 3.7–7.5 מייל (6.0–12.1 קילאמעטער)* ברייט, פארמאגנדיג א שטח פון 140 סקווער מייל (360 סקו�קילא�ער מעטער)*. איר באפלעקערונג איז געשאצט אויף איבער צוויי מיליאן, פון וועלכע א מערהייט זענען סוני מוסלומענער. עזה פּאַס, כאטש דאס נישט זיין אנערקענט אלס א דע יורי טייל פון קיין איין עקזיסטירנדן לאַנד, איז פון די געדיכט-באוואוינטסטע ערטער איבער די וועלט, און האט א הויכע געבורט-ראטע. די געגענט איז ארעם און ליידט פון א הויכע ארבעטסלאזיגקייט ראטע, מיט איבער 75% פון די באפעלקערונג אנגעוויזן אויף הומאניטערשע הילף. דער ערשטער אקוראטער צענזוס, דורכגעפירט אין סעפטעמבער 1967, האט געוויזן אַ באַפעלקערונג קלענער ווי פריער געשאַצט דורך די פאַראייניגטע פעלקער אונרא אגענטור (UNRWA) אָדער דורך עגיפטן, מיט כמעט האלב פון די מענטשן וואוינענדיג אין פליטים לאגערן. די באפעלקערונג איז געוואקסן פון 1,899,291 אין 2017 צו א געשאצטע 2,226,544 אין 2023. באפעלקערונג געדיכטקייט (2023) איז 15,609 מענטשן פּער קוואדראט מייל (6,024 מענטשן פּער קוואדראט קילאמעטער).


געאגראפיע

די עזה פאס איז א שמאל-לענגליכע לאנד־פּאס ביים ים־ברעג פון מיטלענדישן ים. עס ציט זיך 25 מייל (40 קילאמעטער)* אין די לענג, און 3.7–7.5 מייל (6.0–12.1 קילאמעטער)* ברייט. עס טיילט מיט א 32 מייל (51 קילאמעטער)* גרעניץ מיט מדינת ישראל אויף צפון און מערב, און 7 מייל (11 קילאמעטער)* מיט עגיפטן אויף דרום. די טעריטאריע איז איינגעטיילט אין פינף אדמיניסטראטיווע גובערניעס, פון צפון צו דרום: צפון עזה, עזה גובערניע, דיר אל-באלאח, חאן יונעס, און רפיח אין דרום.

טאפאגראפיש איז די עזה פאס צוזאמגעשטעלט פון דריי בערגל־קייטן (ridges) ביים ברעג, וואס באשטייען פון אלטע ווינט-געשאפענע זאמדשטיינער, צעטיילט דורך "וואדי" טייכלעך. אין אלגעמיין איז עזה א רעלאטיוו פלאכער ברעג־פּלוין מיט זאמד דונעס (טרוקענע זאמד בערגלעך) ביי די ברעגעס.

טעמפּעראטורן זענען דורכשניטליך אין די מיטעלע 50ער °F (אומגעפער 13 °C) אין די ווינטער און אין דער העכערע 70ער צו נידריגע 80ער °F (מיטעלע צו העכערע 20ער °C) אין זומער. די געגנט באקומט א דורכשניט פון ארום 12.5 inches (320 milliמעטער)* פון רעגן יערליך.

עקאנאמיע

די לעבנס באדינגונגען אין עזה פאס זענען טיפּיש ארעם צוליב א צאל סיבות: דער ענג־געדעכטע און שנעל־וואקסנדע באַפעלקערונג פונעם געגנט (די געגנט'ס וואוקס ראטע איז איינער פון די העכסטע אין דער וועלט); אומצופרידנשטעלנדע וואסער, אָפּגאַנג און עלעקטרישע באדינונגען; הויכע ראטעס פון אַרבעטסלאזיגקייט; און, פון סעפטעמבער 2007, סאנקציעס וואס מדינת ישראל האט ארויפגעלייגט אויף דעם ראיאן.

אגריקולטור איז די עקאנאמישע הויפטשטיצע פון דער ארבעטנדע באפעלקערונג, און כמעט דריי־פערטל פון דער ערד שטח איז אונטער קולטיוואציע. די הויפּט גערעטעניש, ציטרוס פרוכט, ווערט אנגעבויט אויף באוואסערטע ערד און ווערט עקספּארטירט צו אייראפּע און אנדערע מארקפלעצער אונטער אראנזשירונג מיט מדינת ישראל. טראָק פלאַנצן, ווייץ און איילבירטן ווערן אויך אנגעבויט. לייכטע אינדוסטריע און האנטווערק זענען צענטרירט אין עזה, די הויפּט־שטאט פון דער געגנט.

אין פּאליטיש סטאבילע צייטן, טוען אזויפיל ווי א צענטל פון די פּאלעסטינער באפעלקערונג רייזן טעגליך קיין מדינת ישראל (וואו זיי זענען נישט ערלויבט צו בלייבן איבער־נאכט) צו ארבעטן אין איינפאכע דזשאבס. פאליטישע שפּאנונג און אויסברוכן פון געוואלדטאטן האבן אפט געפירט דערצו אז די מדינת ישראל אויטאריטעטן זאלן פארמאכן די גרעניץ פאר לענגערע צייט־אפּשניטן, מאכנדיג פילע פּאלעסטינער ארבעטסלאז. אלס רעזולטאט איז צושטאנד געקומען א בליענדע שמאגלונג אינדוסטריע, באזירט אויף א נעץ פון אונטערערדישע טונעלן וואס פארבינדן טיילן פון עזה פאס מיט די דערנעבנדע עגיפטן. די טונעלן האבן צוגעשטעלט פאר פאלעסטינער צוטריט צו סחורות ווי שפייז, ברענשטאף, מעדיצין, עלעקטראניקס און וואפן.

היסטאריע

איידער דער זעקס־טאגיגער מלחמה

 
הייזער אין עזה פּאס אין 1956

זינט דער 16'טער יארהונדערט איז די עזה פאס, ווי גאנץ ארץ ישראל, געווען קאנטראלירט דורך דער אטאמאנישער אימפעריע. אין 1906 האבן די אטאמאנער און די בריטישע אימפעריע אוועקגעשטעלט דעם דרום-גרעניץ צווישן ארץ ישראל און עגיפטן ביי רפיח[1]. נאך די נידערלאגע פון דער אטאמאנישער אימפעריע אין דער ערשטער וועלט מלחמה (1914–1918), איז די עזה געגנט געווארן א טייל פונעם בריטישער מאנדאט פון פאלעסטינע, נאך וואס עגיפטן האט צוריקגעוויזן די בריטישע פרואוו איר איבערצוגעבן די פירערשאפט[2]. אידן האבן דורכאויס די היסטאריע כסדר צייטנווייז געוואוינט אין עזה ביז די תרפ"ט ראיאטן, ווען זיי זענען ארויסגעצוואונגען געווארן צוליב די ווילדע אומרוען דורך די אראבער, ווען נאנט צו 135 זענען אומגעקומען, און די בריטן האבן פארבאטן אידן צו וואוינען אין עזה, צו לינדערן די אנגעצויגנקייט און בארואיגן די אראבער. אין 1946 איז ווידער געגרינדעט געווארן קיבוץ כפר דרום דורך עטליכע אידן, כדי צו פארמיידן די בריטן פון אפּטיילן דעם נגב פון דער אידישער מדינה[3].

אין נאוועמבער 1947 האָט די אלגעמיינע פארזאמלונג פון די פאראייניגטע פעלקער (יו-ען) אָנגענומען א פּלאן פאַר דער אראביש-אידישער צעטיילונג פון פּאלעסטינע, אונטער וועלכן מען זאל צוטיילן די געגענט ארום עזה און א שטח פון ארומיגע טעריטאריע דורכאויס דעם ים־ברעג, פון יבנה ביז רפיח אויף דער עגיפּטישער גרעניץ, פאר די אראבער[4]. דער בריטישער מאנדאט האט זיך פארענדיגט אום מאי 15, 1948, און אין דעם זעלבן טאג האט זיך אנגעהויבן די ערשטע אראבישער-מדינת ישראל מלחמה. עגיפטישע קרעפטן זענען באלד אריין אין שטעטל עזה. אלס א רעזולטאט פון שווערע קאמפן אין הערבסט 1948, איז די געגנט ארום די שטאָט אונטער אראבישער אקופּאציע רעדוצירט געווארן צו א פּאס פון טעריטאָריע 25 מייל (40 קילאמעטער)* לאַנג און 4–5 מייל (6.4–8.0 קילאמעטער)* ברייט. די געגנט איז געווארן באקאנט אלס די עזה פּאס. אירע גרעניצן זענען געווארן פעסט־געשטעלט אינעם עגיפּטישן-מדינת ישראל וואָפן-שטילשטאנד פון פעברואר 24, 1949.

 
עזה סיטי אין 1967

דער עזה פּאס איז געווען אונטער עגיפּטישע מיליטערישע הערשאפט פון 1949 ביז 1956 און ווידער פון 1957 ביז 1967. די אראבישע ליגע האט אוועקגעשטעלט די פולע-פאלעסטינער רעגירונג צו רעגירן איבער עזה, און עגיפטן האט פארטיילט פאר די איינוואוינער פאלעסטינער פאספארטן אנשטאט עגיפטישע בירגערשאפט. די רעגירונג איז בלויז געווען אויף פאפיר און געדינט ווי א שלייער צו די עגיפטישע פאקטישע פירערשאפט, ביז 1959 ווען עס איז גענצליך אויפגעלעזט געווארן[5]. פון אנהויב איז די הויפט עקאנאמישע און סאציאלע פראבלעם פון דער געגנט געווען דאס אָנוועזנהייט פון א גרויסע צאל פאלעסטינער אראבישע פליטים וועלכע וואוינען אין עקסטרעמע ארעמקייט אין נאכגעלאזטע לאגערן. די עגיפטישע רעגירונג האט נישט באטראכט דעם געביט אלס א טייל פון עגיפטן און האט נישט געלאזט די פליכטלונגען ווערן עגיפּטישע בירגער אדער צו מיגרירן קיין עגיפטן אדער צו אנדערע אראבישע לענדער וואו זיי זאלן ווערן אינטעגרירט אין דער באפעלקערונג. מדינת ישראל האט זיי נישט געלאזט זיך אומקערן צו זייערע אמאליגע היימען אדער באקומען פארגיטיגונג פאר זייער פארלוסט פון פארמעגן. די פליטים זענען געווארן אויסגעהאלטן אין גרעסטן טייל מיט'ן הילף פון דער UNRWA. אסאך פון די יונגערע פליכטלונגען זענען געווארן פעדייאין (אראבישע גערילעס אפּערירנדיג קעגן מדינת ישראל); זייערע אטאקעס אויף מדינת ישראל זענען געווען איינע פון די אורזאכן וואס האבן געברענגט די סיני קאמפיין ביי די סועץ קריזיס פון 1956, ווען דער פּאַס איז איינגענומען געווארן דורך מדינת ישראל. די פאס איז אומגעקערט געווארן צו עגיפּטישער קאנטראל אין 1957 נאך שטארקע אינטערנאציאנאלע דרוק אויף מדינת ישראל.

מדינת ישראל קאנטראל

 
מדינת ישראל זעלנער אין עזה אין 1969
 
מאפע פון אידישע ישובים אין עזה פאס בעפארן ריקצוג
 
שול אין נוה דקלים, גוש קטיף, 2005

אין דער זעקס-טאָגיגער מלחמה פון יוני 1967, איז דער עזה-פּאַס ווידער איינגענומען געווארן דורך מדינת ישראל, וואס האָט אקופּירט דעם ראיאן דעם נאכפאלגנדן פערטל יארהונדערט. דורכאויס דער מלחמה, האט מדינת ישראל נישט געהאט קיין אנונג וואס זי וועט טאָן מיט די טעריטאריע. לוי אשכול האט עס גערופן "א ביין שטעקן געבליבן אין אונזער האלז."[6] די ערשטע ישובים זענען געגרינדעט געווארן דורך די ארבעטער רעגירונג אין די אנהייב 1970ער יארן. דער ערשטער איז געווען כפר דרום, וואס איז אריגינעל געגרינדעט געווארן אין 1946, און רעפארמירט געווארן אין 1970. אין 1981, אלס טייל פון א שלום אפמאך מיט עגיפטן, זענען די לעצטע ישובים פון סיני צעשטערט געווארן, און טייל אידן האבן זיך אריבערגעצויגן קיין עזה געגנט. איזראעלי זידלער האבן געוואוינט אין 18 פּראצענט פון די 363 קוואדראט קילאמעטער שטח. זיי האבן זיך שיטער באזעצט אין דער געגנט אין פארגלייך מיט די געדיכטקייט פון די פּאלעסטינער געגנטער אין די עזה פּאַס. אין עזה זענען געווען איין און צוואנציג ישובים. די מערסט באוואוינטע גוש קטיף געגנט האט אנטהאלטן ארום דרייסיג שולן, ווי אויך ישיבת תורת החיים מיט 200 בחורים, א הסדר ישיבה מיט 150 בחורים, א מכינה אין עצמונה מיט 200 בחורים, ישיבות אין נְצָרים און כפר דרום, 6 כוללים, א מדרשה פאר מיידלעך אין נוה דקלים, און נאך. אלע ישובים האבן געהאט אייגענע שולעס, סעמינארן, געשעפטן און דאקטוירים.

די גרעסטע גרופע זידלונגען איז געווען דער קטיף בלאק, וואס האט זיך געפונען דורכאויס דעם דרום עזה ברעג־ליניע. די ישובים האָבן בלאקירט צוטריט צום ברעג פון די גרויסע פּאלעסטינער שטעט חאן יונעס און רפיח און צעמענטירט מדינת ישראל'דיגער קאנטראל אויפ'ן עגיפּטן-עזה גרעניץ. נאך א גרופע זידלונגען (עלי סיני, דוגית און ניסנית) האבן זיך געפונען דורכאויס דעם צפון גרעניץ פון עזה מיט מדינת ישראל, וואס האט פארברייטערט די מדינת ישראל אנוועזנהייט פון דער שטאט אשקלון (אינערהאלב מדינת ישראל) ביז די עקן פון עזה סיטי (די אֶרֶז אינדוסטריאלע זאנע איז א טייל פון דעם בלאָק). נצרים, כפר דרום און מורג זענען סטראטעגיש געווען לאָקירט אין די הארץ פונעם עזה פּאס (דורכאויס א צפון-דרום אַקסיס), שאפנדיג די ראמען פאר מדינת ישראל קאנטראל פון דער געגנט און איר הויפּט טראנספּארטאציע רוט, און פארלייכטערט די פעאיגקייט פון מדינת ישראל צו צעטיילן די עזה פּאס אין באזונדערע געביטן און איזאלירן די איינוואוינער פון יעדער געגנט. דערצו האבן די זידלונגען קאַנטראָלירט ערשטקלאַסיגע אגריקולטוראלע לאַנד, עטליכע פון די געגנט'ס הויפּט וואסער־לייטונגען, און אומגעפער איין דריטל פון די גאנצע עזה ברעג־ליניע.

די ישובים פון עזה האָבן זיך געציילט פון אי רעליגיעזע קהילות (עצמונה, בדולח, גדיד, גני טל, גן אור, קטיף, כפר דרום, מורג, נצרים, נצר חזני און נוה דקלים) אי אומ-רעליגיעזע געמיינדעס (דוגית, עלי סיני, כפר ים), און אי געמישטע קהילות (ניסנית, פתח שדה און רפיח ים). זייערע עקאנאמיעס זענען אין אלגעמיין געווען באזירט אויף אגריקולטור (מיט פילע קלאסיפיצירט ווי "מושבים" אָדער קאָאפּעראטיווע לאנדווירטשאַפטליכע דערפער), מיט אייניגע לאקאלע אינדוסטריע (נוה דקלים און קטיף) און טוריסט אייריכטונגען (דוגית, קטיף בלאָק). איין ישוב, גדיד, האָט געהאַט א גרויסע פראנצויזישע באפעלקערונג און האט אויפגעהאלטן אַן אויפנאמס־צענטער פאר נייע אימיגראנטן פון פראנקרייך. דער אפגעזונדערטער לאקאציע פונעם גוש קטיף בלאָק האָט צוגעצויגן עטליכע פון די מערסט אידעאלאגיש-מאָטיווירטע מיטגלידער פון דער עזה-זידלונג געמיינדע. איינוואוינער פונעם צפון בלאק (עלי סיני, ניסנית און דוגית) זענען פיזיש אפגעשיידט געווארן פון די רעשט פון די עזה מתנחלים (צו דערגרייכן די אנדערע ישובים האבן זיי געדארפט רייזן קיין מדינת ישראל, דערנאך צוריק אריין אין עזה, דורך אן אנדער אריינגאנג) און זייערע סאציאלע און עקאנאמישע לעבנס זענען געווען מער ענג פארבונדן מיט מדינת ישראל ווי אנדערע זידלער, מיט אסאך פון די איינוואוינער ארבעטנדיג און שטודירנדיג אין מדינת ישראל.

אינטיפאדעס און ריקצוג

 
מדינת ישראל זעלנער און פּראָטעסטירער אין עזה בשעת די אינטיפאדע אין 1987

אידן און מוסולמענער האבן געלעבט צוזאמען פאר מער ווי א יארצענדלינג, אָבער די שפּאנונג איז געוואקסן און אין דעצעמבער 1987 איז א אידישער איינקויפער אין אַן עזה מארק צעשלאגן געווארן צום טויט. דעם אנדערן טאג האט א מדינת ישראל טראק אומווילנדיג אומגעברענגט פיר אראבער, וואס האט געברענגט די ערשטע ראיאטן און ווילדע גאסן צוזאמענשטויסן צווישן די פּאלעסטינער אין עזה און די אָקופּירנדע מדינת ישראל טרופּן וועלכע האבן אנגעצייכנט דאס געבורט פון אַן אויפשטאנד וואס איז געווארן באקאנט אלס די אינטיפאדע (אראביש, "זיך אפּשאקלען").

אין 1994 האט מדינת ישראל אנגעהויבן א ביסלעכווייזע איבערפירונג פון רעגירונג אויטאריטעט אין די עזה סטריפּ צו די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט (PA) אונטער די טערמינען פון די אָסלאָ אַקאָרדס וואס זענען גע'חתמ'עט געווארן דורך מדינת ישראל און די פאלעסטינע באפרייאונג ארגאניזאציע (PLO), וואס האט נאכגעפאלגט מיט א קורצע צייט פון רואיגקייט. די נארוואס־געבוירענע פאלעסטינער רעגירונג, אנגעפירט דורך יאסיר אראפאט, האט זיך געמוטשעט מיט אזעלכע פראבלעמען ווי א שטייענדע עקאנאמיע, צעטיילטע פאלקס שטיצע, אפגעשטעלטע פארהאנדלונגען מיט מדינת ישראל איבער ווייטערדיגע טרופן אפּטרעטן און טעריטאָריאַליטעט, און די דראאונג פון טעראר דורך מיליטאנטישע מוסולמענע גרופּעס ווי איסלאמישן דזשיהאד און חאמאס, וואס האבן זיך אנטזאגט צו איינגיין אויף קאמפּראָמיסן מיט מדינת ישראל און האבן דייקא געוואלט אינטערהאקן דעם שלום-פּראצעס. אָנגעהויבן אין סוף יאר 2000, האט א צוזאמפאל אין געשפּרעכן צווישן די PA און מדינת ישראל נאכגעפאלגט מיט א ווייטערע, מער עקסטרעמע אויסברוך פון געוואלדטאטן, גערופן די צווייטע, אָדער אַקצא, אינטיפאדא. אין אנשטרענגונג צו ענדיגן די קאמפן, האט דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער אריאל שרון, אין ענדע 2003, געמאָלדן א פּלאן, וואס האָט זיך צענטרירט אויף דאס צוריקציען מדינת ישראל זעלנער און זידלער פון עזה פאס. אין סעפטעמבער 2005 האט מדינת ישראל פאַרענדיגט דעם ריקצוג פון דעם טעריטאריע, און די קאנטראל פון עזה פּאַס איז אריבערגעפירט געווארן צו די PA. מדינת ישראל האט אבער ווייטער פּאטראלירט עזה'ס גרעניצן און לופט־רוימען, און עגיפטן האט פּאטראלירט דעם פילאדעלפי קארידאר דורכאויס דעם גרעניץ פון עזה פאס און עגיפטן.

מדינת ישראל און די פאלעסטינער זענען איינגעגאנגען אז די געביידעס זאלן אראפגעריסן ווערן און די ארמיי האט אנגעהויבן דעם פראצעס נאכדעם וואס די איינוואוינער זענען געווארן ארויסגעטריבן. א סך הכל פון 1,700 פאמיליעס זענען ארויסגעריסן געווארן מיט א קאָסט פון כמעט 900 מיליאן דאלאר. דאס האט אַריינגענומען 166 איזראעלישע פאַרמערס וואָס פּראדוצירן 120 מיליאן דאלער אין בלומען, פרוכט און גרינצייג. בערך 15 פראצענט פון ארץ ישראל'ס לאנדווירטשאפט עקספארט האט געשטאמט פון עזה, אריינגערעכנט 60 פראצענט פון איר קאָרש טאמאטעס און קרויט עקספארט. מדינת ישראל האָט אויך פארלוירן 70 פּראצענט פון אלע אירע אָרגאַנישע פּראדוקטן, וואס איז אויך געוואקסן אין עזה. זינט דער ריקצוג־פּראָצעס איז פארענדיגט געווארן, האבן אידן מער נישט געקענט וואוינען אין די עזה־פּאס.

אונטער חאמאס'ס הערשאפט

אין די 2006 PA פּארליאמענטארישע וואלן, האט פאטאח – וועלכע האט דאמינירט די פּאלעסטינער פּאליטיק זינט איר גרינדונג אין די 1950ער – געליטן אַן אנטשיידנדע נידערלאגע צו חאמאס, אפּשפיגלנדיג יארן פון אומצופרידנהייט מיט פאטאח'ס רעגירונג, וואס איז געווארן קריטיקירט אַלס קארופּטירט און אומעפעקטיוו. דער זיג פון חאמאס האט געפירט צו סאנקציעס פון מדינת ישראל, די פאראייניגטע שטאטן און דעם אייראפעאישן פאראיין, וועלכע האבן אלע אריינגעשטעלט די ארגאניזאציע אויף איר אפיציעלע ליסטע פון טעראר גרופעס. די עזה פאס איז געווארן דער פּלאץ פון שטייגנדע געוואלדטאטן צווישן די קאנקורירנדע גרופּעס, און א קורץ-געלעבטע קאָאַליציע רעגירונג האט זיך געענדיגט אין יוני 2007 נאך וואס חאמאס האט גענומען קאנטראל פון די עזה פּאס און א פאטאח-געפירטע נויטפאל קאבינעט האט איבערגענומען קאנטראל פון די מערב ברעג. טראץ רופן דורך PA פרעזידענט מאחמוד אבאס פאר חאמאס זאל אויפגעבן איר פאזיציע אינעם עזה פאס, איז דער טעריטאריע געבליבן אונטער חאמאס'נס קאנטראל.

פארזוכן פאר אויסגלייכונג מיט פאטאח

א רייע פרואוון זענען געמאכט געווארן זיך צו אויסגלייכן מיט דער פאטאח־געפירטע PA. אַן ערשטע אפּמאך איז געווארן דערגרייכט אין 2011 אבער האט נישט געברענגט צופיל ענדערונג. אין 2014 איז דערגרייכט געווארן א נייעם אפמאך, אין וועלכן חאמאס האט איינגעשטימט איבערצוגעבן די אדמיניסטראציע פון עזה צו די PA און אנערקענען דעם פרעמיער מיניסטארשאפט פון ראמי חאמדאללא. אזוי האט די חאמאס רעגירונג אין עזה רעזיגנירט, אריינגערעכנט דער פרעמיער מיניסטער איסמעאיל האניעה. פארט איז די PA נישט ערלויבט געווארן צו ווידער נעמען קאנטראל פון פּובליק אינסטיטוציעס אין די עזה פאס ביז ענדע 2017, נאך אימפּלעמענטאציע פון א נייער הסכּם. די PA האט אבער נישט מצליח געווען צו באקומען פולע גאווערנאנץ אין דער געגנט, און האט באשלאסן צו שניידן פאנדינג צו די עזה סטריפּ אין 2018. אזויווי די מיינונגס־פארשידנהייטן האבן פארגעזעצט צו עסקאלירן, האט די PA אויפגעהערט אפּערירן די רפיח גרעניץ אריבערגאנג מיט עגיפּטן אין יאנואר 2019. שפּעטער יענעם חודש האט חאמדאללא רעזיגנירט, ענדיגנדיג דערמיט די אחדות־רעגירונג.

בלאקאַדע פון עזה פּאַס

אין הערבסט 2007 האָט מדינת ישראל דערקלערט דעם עזה סטריפּ אונטער חאמאס אלס א פיינטליכע געביט און באשטעטיגט א סעריע סאנקציעס, וואס האבן אריינגענומען עלעקטריע שניטן, שווער באגרעניצטע אימפּארטן, און גרעניץ שליסונגען. אין יאנואר 2008, שטייענדיג קעגן אָנהאלטנדע ראקעט אטאקעס אין אירע דרום זידלונגען, האט מדינת ישראל פארברייטערט אירע סאנקציעס, מיט'ן פולשטענדיג פארזיגלען איר גרעניץ מיט עזה פּאַס און צייטווייליג פארמיידן ברענשטאף אימפּארט. שפעטער יענעם חודש, נאך כמעט א וואך פונעם פארשארפטן מדינת ישראל-בלאקאדע, האבן חאמאס'ס קרעפטן צעשטערט טיילן פונעם באַריער דורכאויס דעם גרעניץ פון עזה פאס-עגיפטן (פארשלאסן זייט חאמאס'ס איבערנעמען אינמיטן 2007 ביז 2011), עפענענדיג לעכער דורך וועלכע, לויט עטליכע אפשאצונגען, הונדערטער טויזנטער עזה'אנער זענען דורכגעגאנגען אריין קיין עגיפּטן צו קויפן עסנוואַרג, ברענשטאף און ווארע אומערהאלטבאר אונטער די בלאקאדע. עגיפּטישער פּרעזידענט חאָסני מובאַראַק האט צייטווייליג ערלויבט דעם דורכברוך צו לינדערן דעם נויט פון די ציווילע אין עזה איידער די באמיאונגען קענען אנהייבן צוריקשטעלן דעם גרעניץ.

אין די יארן נאך וואס די מדינת ישראל בלאקאדע אויף עזה איז איינגעשטעלט געווארן, האט אן ארגאניזאציע באקאנט אלס די 'באפריי עזה באוועגונג' געמאכט א צאל מאריטימע באמיאונגען איר צו דורכברעכן. דער ערשטער אזא מיסיע – וואס איז באשטאנען פון א צוויי שיפן מיט מעדיצינישע סופּלייס און עטליכע 45 אקטיוויסטן – איז געווארן ערלויבט צו דערגרייכן עזה אין אויגוסט 2008, און פיר מיסיעס אין די נאכפאלגנדע מאנאטן זענען אויך געווען ערפאלגרייך. אין מאי 2010 איז א פלאָטילע אויפ'ן וועג קיין עזה געווען דער סצענע פון א צוזאמשטויס צווישן אקטיוויסטן און מדינת ישראל קאָמאַנדאָס, אין וועלכע 9 פון די מער ווי 600 אקטיוויסטן זענען אומגעקומען.

אונטער מובאראק איז עגיפטן'ס קאאפעראציע אין דורכפירן די בלאקאדע געווען טיף אומפאפולער ביים עגיפטישן פובליק. אין מאי 2011, פיר מאנאטן נאכדעם וואס א פאלקס אויפשטאנד אין עגיפטן האט געצוואונגען מובאראק אפצוטרעטן אלס פרעזידענט, האט עגיפטן'ס צייטווייליגע רעגירונג געמאלדן אז זי וועט פּערמאנענט ווידער עפענען די רפיח גרעניץ אריבערגאנג, ערלויבנדיג פאלעסטינער אריבערצוגיין צווישן עגיפטן און עזה. אומגעפער 1,200 מענטשן זענען ערלויבט געווארן צו אריבערגיין דעם גרעניץ טעגליך, כאָטש עס איז פארבליבן פארמאכט פאר האנדל. פארט אבער, אין די אומרוען נאך דאס ארויסשטויסן דעם עגיפּטישער פּרעזידענט מאָחאַמעד מאָרסי אין די זומער פון 2013, איז פארקער דורך די גרעניץ איבערגאנג רעדוצירט געווארן צו 50 מענטשן פּער טאג צוליב זיכערהייט זארגן און איז שפּעטער אינגאנצן פארמאכט געווארן.

נאך וואס די PA האט איבערגענומען קאנטראל פון די רפיח גרעניץ איבערגאנג אין ענדע 2017, האט עגיפּטן אין מאי 2018 אנגעהויבן ערלויבן 200 מענטשן פּער טאג אריבערצוגיין די גרעניץ. די גרעניץ איז קורצליך פארמאכט געווארן נאך וואס די PA האט איבערגעלאזט דעם עזה סטריפ אין יאנואר 2019, אבער עס איז ווידער געעפנט געווארן וואכן שפּעטער דורך חאמאס. דורכאויס דער זעלטענער און פארלענגערטער פארגרינגערונג פון דער גרעניץ זאל האבן באריכטעט געווארן אז צענדליגער טויזנטער עזה'ער האבן פּערמאנענט עמיגרירט פון עזה.

אין מיטן 2018, נאך חדשים פון געוואלדטאטן צווישן מדינת ישראל און חאמאס, האט מדינת ישראל אנגעהויבן צו פארגרינגערן באגרעניצונגען אויף איר בלאקאדע אלס טייל פון אן אנשטרענגונג צו שאפן אן אינסענטיוו פאר א מער לאנג-טערמיניגער פייער-אפּשטעל אפּמאך צווישן די צוויי. אין 2019 האָט מדינת ישראל ערלויבט דעם שטראָם פון נאך סחורה אריין און ארויס פון דער טעריטאריע, פארברייטערט די ערלויבטע פישעריי זאָנע פאר עזה צו איר גרעסטער מאס אין מער ווי א יאָרצענדלינג, און אנגעהויבן צו לאזן טויזנטער פון עזה איינוואוינער אריבער די גרעניץ צו ארבעטן אין מדינת ישראל.

קאטאר האט דערווייל אנגעהויבן פארשלאָגן צענדליגער מיליאנען דאלער אין הומאַניטאַרער הילף צום עזה פּאַס אין ענדע 2018, נאכדעם וואס סיי מדינת ישראל און סיי עגיפּטן האבן איינגעשטימט צו ערלויבן די הילף. ביז 2021 האט זי אויסגעטיילט כמעט $400 מיליאן צו די טעריטאריע.

קאָנפליקט מיט מדינת ישראל

 
פארניכטעטע געביידעס אין רפיח נאך אפעראציע געגאסענע בליי אין 2008

אין יוני 2008, נאך מאנאטן פון הין-און-צוריק אנגריפן און איבערפאלן, זענען מדינת ישראל און חאמאס איינגעגאנגען צו אימפּלעמענטירן א וואפן־שטילשטאנד געפּלאנט צו געדויערן זעקס חדשים. אָבער דאס איז געווארן באדראעט באלד דערנאך ווען יעדער באשולדיגט דעם אנדערן אין פארלעצונגען, וואס האט עסקאלירט אין די לעצטע חדשים פונעם אפּמאך. ווען דער שטילשטאנד איז אפיציעל אויסגעלאפן אום דעצעמבער 19, האט חאמאס געמאלדן אז זי פּלאנט נישט צו עס פארלענגערן. ברייטערע פיינטליכקייטן האבן אויסגעבראכן באלד דערנאך, ווען מדינת ישראל האט, אין רעאקציע צו אנגייענדע ראקעט פייער, אנגעהויבן א סעריע לופט אטאקעס איבער דעם ראיאן – פון די שטערקסטע אין יארן – מיט'ן ציל אנצוגרייפן חאמאס. נאך א וואך פון לופט אטאקעס, האבן די מדינת ישראל קרעפטן אנגעהויבן אַן ערד קאמפּיין אין די עזה פּאַס בשעת רופן פון די אינטערנאציאנאלע געמיינדע פאר א פייער-אפשטעל. נאך מער ווי דריי וואכן פון פיינטליכקייטן – אין וועלכע פיללייכט מער ווי 1,000 זענען אומגעקומען און צענדליגער טויזנטער זענען געבליבן היימלאז – האבן מדינת ישראל און חאמאס ביידע דערקלערט אן איינזייטיגער פייער-אפשטעל.

אנהייב נאוועמבער 14, 2012 האט מדינת ישראל ארויסגעלאזט א סעריע לופט אטאקעס אין עזה, אלס רעאקציע צו א פארמערונג אין די צאל ראקעטן וואס זענען געשאסן געווארן פון עזה אויף מדינת ישראל טעריטאריע אין די פארגאנגענע ניין מאנאטן. דער הויפט פונעם מיליטערישן פליגל פון חאמאס, אחמעד סאעיד חאליל אַל-זשאבארי, איז אומגעקומען אינעם ערשטן אנגריף. חאמאס האט רעאגירט מיט פארמערטע ראקעט אטאקעס אויף מדינת ישראל, און די קאמפן זענען אנגעגאנגען ביז די צוויי זייטן האבן דערגרייכט א פייער-אפשטעל אפמאך אין נאוועמבער 21.

 
בית חאנון געגנט פון עזה אין אויגוסט 2014, נאך מדינת ישראל באמבארדירונגען

אין יוני 2014 זענען דריי מדינת ישראל-בחורים פארכאפּט געווארן; מדינת ישראל האָט דורכגעפירט א מאסיווע קרעקדאַון אין די מערב ברעג און פארשטערקערט לופט אטאקעס אין די עזה סטריפּ, פירנדיג צו נקמה ראקעט פייער פון חאמאס. ווען די קאמפן האבן ווייטער עסקאלירט, האט מדינת ישראל געלאזט אין גאנג א 50 טאגיגע אפענסיוו אינעם עזה פּאַס אום יולי 8. ארום 2,100 פאלעסטינער און מער ווי 70 איזראעיליס זענען אומגעקומען אינעם נאכפאלגנדן קאנפליקט, מיט ארום 5,000 צילן געטראפן אין עזה סטריפ. טראָץ די פארניכטונג, איז חאמאס'ס באהאנדלונג פון דעם קאנפליקט געווארן אנגעקוקט פּאזיטיוו דורך די פּאלעסטינער און ארויפגעשטיפט די פּאפּולאריטעט פון די גרופּע.

אין פרילינג פון 2018 האט אויסגעבראכן א רייע ​​פּראָטעסטן דורכאויס די גרעניץ מיט ישראל, וואָס האט אריינגערעכנט פּרואוון צו אריבערגיין דעם גרעניץ און פליענדע פלאמענדע פלי־בלעטער. די פראטעסטן זענען ווילד אפּגעענטפערט געווארן דורך מדינת ישראל. סיי די פּראטעסטן און סיי די געוואלדטאטן האבן דערגרייכט זייער הויכפּונקט אין מאי 14, ווען בערך 40,000 עזה'נער האבן זיך באטייליגט אין די פּראטעסטן. ווען אסאך פון זיי האבן פרובירט אריבערצוגיין די גרעניץ אויף אמאל, האבן די מדינת ישראל טרופן געעפנט פייער, אומברענגנדיג ארום 60 מענטשן און פארוואונדענדיג 2,700 אנדערע. די געוואלדן האבן עסקאלירט צו מיליטערישע אטאקעס פון מדינת ישראל און ראקעט פייער פון חאמאס און זיך געצויגן עטליכע חדשים.

אינמיטן די טיילמאליגע צוזאמשטויסן, און ווען עגיפּטן האט פרובירט פארמיטלען צווישן זיי א לאנג-טערמיניגן וואפן־שטילשטאנד, האבן מדינת ישראל און חאמאס געשיינט צו מאכן עטוואס אנשטרענגונג צו דע-עסקאלירן די געשפּאנטע סיטואציעס. אין אקטאבער, ווען ראקעטן פייערן פון עזה סטריפּ האָבן געטראפן מדינת ישראל, איז מדינת ישראל געקומען צום אויספיר אז די ראקעטן זענען ארויסגעלאזט געווארן דורך אַ בליץ. אין נאוועמבער איז אויפגעדעקט געווארן א געהיימע מדינת ישראל אפעראציע אינעם עזה סטריפ, און חאמאס האט רעאגירט מיט שיסן הונדערטער ראקעטן קיין מדינת ישראל. מדינת ישראל האָט אפּגעענטפערט מיט מער ווי 100 לופט אטאקעס. די צוויי זייטן זענען אבער געשווינד איינגעגאנגען אויף א וואפן־שטילשטאנד, און איבער 2019 און אריין אין 2020, האבן זיי פארגעזעצט צו פארהאנדלען א לאנג-טערמיניגן "פארשטאנד" צו אויפהאלטן שלום און פארגרינגערן די בלאקאדע. די דיסקוסיעס, כאטש טייל מאל געשטערט דורך קורצע אויסברוכן פון טיט-פאַר-טאַט געוואלדעס, זענען באפעסטיגט געווארן דורך אפּגעשטעלטע גרעניץ פראטעסטן און לויזער מאכן די איינצוימונגען אויף האנדל און רייזן דורך די עזה גרעניץ.

א גרויסע עסקאלאציע איז פארגעקומען מאי 2021. וואכן פון זודיגע שפּאנונגען אין ירושלים האבן זיך איבערגעקאכט ווען דער העכסטער געריכט פון מדינת ישראל האט געזאלט פאראורטיילן אויף די ארויסטרייבונג פון צענדליגער פּאַלעסטינער איינוואוינער אין דעם ירושלימער קווארטאל פון שייח דזשאראח. קאנפראנטאציעס צווישן די מדינת ישראל פּאליציי און די פּאלעסטינער דעמאנסטראנטן האבן געברענגט חאמאס צו שיקן ראקעטן קיין ירושלים און טיילן פון דרום מדינת ישראל; מדינת ישראל האט רעאגירט מיט לופט אטאקעס אין עזה פּאַס.

אום אקטאבער 7, 2023 – שמיני עצרת תשפ"ד – האט חאמאס אנגעהויבן א קאארדינירטן לאנד, ים און לופט אטאקע וואס האט איבערראשט מדינת ישראל. אמווייניגסטנס 1,200 ישראלים, ציווילע און סאלדאטן, זענען אומגעקומען אין די אטאקעס — דער טויטליכסטער טאג פאר מדינת ישראל זינט איר אומאפהענגיקייט — און אומגעפער 250 זענען געפאנגען געווארן אלס משכונות. דער ענטפער פון מדינת ישראל האט געפירט צו הונדערטער טויטע אינעם עזה פּאַס אין דעם זעלבן טאג. דעם אנדערן טאג האט מדינת ישראל דערקלערט מלחמה, צום ערשטן מאל זינט דער יום כיפור מלחמה אין 1973, מיט'ן ציל צו אויסמעקן חאמאס.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. אבשלום שמואלי, יהודה גרדוס (ע), ארץ הנגב אדם ומדבר, הוצאת משרד הביטחון, 1979, עמ' 369–370.
  2. James Kraska, "Rule Selection in the Case of Israel's Blockade of Gaza:Law of Naval Warfare or Law of Sea?", M.N. Schmitt, Louise Arimatsu, Tim McCormack (eds.,) Yearbook of International Humanitarian Law, Springer Science & Business Media, עמ' 367–395, 387.
  3. י ז לוריא, אמר־קה תובעת: עקבה לערבים, משמר, נאוועמבער 19, 1947.
  4. Benny Morris, 1948: a history of the first Arab-Israeli war, Yale University Press, 2008, עמ' 47,מסת"ב 978-0-300-12696-9.
  5. אברהם סלע, משה מעוז, ב"ז קדר (ע), הערבים הפלסטינים במלחמת 1948, הוצאת משרד הביטחון, 1996, התנועה הלאומית הפלסטינית: מעימות להשלמה, עמ' 115–203.
  6. Oren, Michael, Six Days of War: June 1967 and the Making of the Modern Middle East. NY: Oxford University Press, 2002, p. 253.