רוי:ב' אייר
דאטום אין אידישן לוח
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ב' אייר איז דער צווייטער טאג פונעם אכטן חודש
אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צווייטער טאג פונעם צווייטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
חגים וזמנים
- דער 17'טער טאג פון ספירת העומר
געשעענישן
- ב'תתקכ"ח – שלמה המלך הייבט אן בויען דעם ערשטן בית המקדש
- ה'ק"ט – פאגראם אויף די אידן פון ווירצבורג. די קהילה האט פארברענט זייערע הייזער צו נישט פאלן אין די הענט פון די פארפאלגער.
- ה'ת"ש – צווייטע וועלט-מלחמה: דייטשלאנד אינוואדירט אין האלאנד, בעלגיע, לוקסעמבורג און פראנקרייך
- ה'תש"ה – צווייטע וועלט-מלחמה: דער בערגן בעלזן לאגער באפרייט דורך די אליאירטע
- ה'תש"ח – דער אראבישער הויפט קאמיטעט רופט די פאלעסטינער עליטע זיך אומצוקערן צו גרינדן א זעלבסטשטענדיגע לאנד
- ה'תש"י – מבצע עזרא ונחמיה: הייבט זיך אן דער גרעסטער לופט-טראנספארט אין דער געשיכטע פון מדינת ישראל, וואס האט אין לויף פון ארום א יאר און א האלב ארויפגעברענגט ארום 120,000 אידן פון איראק
- ה'תשל"ה – ברעכט אויס א בירגער-קריג אין לבנון צווישן קריסטן און מוסלמענער
- ה'תשנ"ד – זעלבסטמארד אטאקע אין א באס אין חדרה ברענגט אום פינף און פארוואונדעט דרייסיג
געבוירן
- ה'תקכ"ו – רבי יעקב קאפל אלטענקונשטאט, באקאנט אלס רבי קאפל חריף, תלמיד פון נודע ביהודה, מחבר פון "חידושי יעב"ץ" (נפטר כ"א כסלו ה'תקצ"ו)
- ה'תקצ"ד – רבי שמואל שניאורסאהן, דער פערטער ליובאוויטשער רבי, דער מהר"ש (נפטר ה'תרמ"ג)
- ה'תרפ"ג – רבי גרשון עדלשטיין, ראש ישיבת פאניוועזש און נשיא מועצת גדולי התורה פון דגל התורה (נפטר ה'תשפ"ג)
יארצייטן
- ה'תרס"ט – רבי אברהם יצחק גליק, טאלטשעווער רב, מחבר פון שו"ת "יד יצחק" (געבוירן ה'תקפ"ו)
- ה'תרע"ה – רבי משה זקן מאזוז, רב אין דזשערבא
- ה'תשע"ג – רבי יעקב יוסף, עלטסטער זון פון רבי עובדיה יוסף און רב פון גבעת משה געגנט אין ירושלים (געבוירן ה'תש"ז)
- ה'תשפ"ד – רבי בן-ציון ראבינאוויטש, ביאלער רבי, רב אין לוגאנא, און מיטגליד פון מועצת גדולי התורה