מסכת בבא קמא

ערשטע מסכתא פון סדר נזיקין
ווערסיע פון 09:19, 7 נאוועמבער 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צוגעלייגט מקור)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

בָּבָא קַמָּא ("ערשטער טויער") איז דער ערשטער חלק פון מסכת נזיקין[1] וואס הייבט אן סדר נזיקין, דער פערטער סדר אין משניות. דער חלק באהאנדלט בעיקר דיני נזיקין - וואס דער מענטש דארף באצאלן אויף שאדנס וואס ער אדער זיין אייגנטום האט צוגעברענגט.

מסכתא פון משניות און גמרא
בבא קמא.jpg
דער ערשטער עמוד פון מסכת בבא קמא
סדר: נזיקין
צאל פון משניות: 79
פרקים: 10
תלמוד בבלי בלעטער: 118
תלמוד ירושלמי בלעטער: 44
תוספתא פרקים: 11

די דרייסיג פרקים פון מסכת נזיקין ווערן איינגעטיילט אין דריי, צען פרקים פער חלק, ווען בבא קמא ווערט נאכגעפאלגט מיט בבא מציעא (מיטלסטער טויער) און בבא בתרא (לעצטער טויער); יעדער פון די חלקים ווערט אבער אויך באטראכט ווי א מסכתא פאר זיך.

בבא קמא איז איינגעטיילט אין צען פרקים, וואס אין זיי 79 משניות. עס האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט 118 דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.

ארט אין סדר נזיקין

דער רמב"ם ערקלערט[2] אז די מסכת הייבט אן סדר נזיקין, וויבאלד עס רעדט זיך פון עקסידענטן און שאדנס וועלכע דארפן ווערן פארמיטן בעפאר אנדערע דיני ממונות, ”ואין השופט רשאי להקדים דבר, קודם שיסיר ההיזק מבני אדם, ומפני זה הקדים אותה בראשונה על שאר הדינין”.

רבי מנחם המאירי האט געשטעלט מסכת נזיקין (אנגעהויבן מיט בבא קמא) ביים ענדע פון סדר נזיקין, נאך די אנדערע מסכתות וועלכע רעדן זיך פון די דיינים זעלבסט, זייער אויטאריטעט און פירונג, און זייערע מיטלען פון שטראפן (אריינגערעכנט דיני נפשות)[3].

פרקים און אינהאלט

די ערשטע זעקס פרקים באהאנדלען בעיקר "נזקי ממון" – שאדנס וועלכע ווערן אויסגעפירט דורך זיין אייגנטום אויף וואס ער איז פאראנטווארטליך. די לעצטע פיר רעדן זיך בעיקר פון שאדנס אויסגעפירט דורך דער מענטש זעלבסט:

  1. ארבעה אבות – די ארבעה אבות נזיקין, און אלגעמיינע דינים אין הלכות נזיקין. דער פרק פארמאגט פיר משניות[4].
  2. כיצד הרגל – דינים פון תם און מועד, סיי לגבי די אבות נזיקין שן ורגל און סיי לגבי די שאדנס פון קרן. דער פרק פירט אויס מיטן כלל אז אן אדם המזיק איז שטענדיג א מועד. דער פרק פארמאגט זעקס משניות.
  3. המניח – דינים פון דער אב נזיקין בור, א מענטש וואס שטויסט זיך אן אין א שטרויכלונג אדער אין א צווייטער מענטש אין רשות הרבים, ווייטערדיגע פרטי דינים וועגן תם און מועד, און דער כלל פון המוציא מחבירו עליו הראיה. דער פרק פארמאגט עלף משניות.
  4. שור שנגח ארבעה וחמשה – אויספיר פון די הלכות פון תם און מועד, פארשידענע דינים איבער דעם פליכט פון באצאלן פאר שאדנס דורך בעלי חיים, הלכות פון שור הנסקל, און דער מאס שמירה וואס פאדערט זיך אויף בעלי חיים. דער פרק פארמאגט 9 משניות.
  5. שור שנגח את הפרה – שאדנס וועלכע זענען געשען אין רשות פון א מענטש, וואס ער אדער זיין אייגנטום האט געשעדיגט, דינים פון דמי ולדות, און אויספיר פון הלכות פון בור. דער פרק שליסט זיך מיט א ליסטע פון דיני תורה וועלכע גייען אן ביי אלע באשעפענישן, כאטש די תורה כאפט נאר אן אזעלכע ביישפילן ווי שור און חמור. דער פרק פארמאגט זיבן משניות.
  6. הכונס – דער חיוב שמירה פון א מענטש אויף זיין פארמעגן וואס קען שעדיגן, וויאזוי מען שאצט דעם שאדן אין א פעלד פון פירות, און די הלכות פון דער אב נזיקין אש. דער פרק פארמאגט זעקס משניות.
  7. מרובה – די דינים פון גניבה, איבערהויפט די צאלונגען פון כפל און ארבעה וחמשה. וויבאלד ארבעה וחמשה צאלט מען נאר פאר בעלי חיים, שליסט זיך דער פרק דרך אגב מיט די בעלי חיים וועלכע מען טאר נישט האדעווען אין פארשידענע פלעצער. דער פרק פארמאגט זיבן משניות.
  8. החובל – די הלכות פון די פינף צאלונגען וואס עס צאלט א חובל, איינער וואס שעדיגט פיזיש א צווייטן: נזק, צער, ריפוי, שֶבֶת און בושת. דער פרק פארמאגט זיבן משניות.
  9. הגוזל עצים – די הלכות פון א גזלן, א פאכמאן וואס האט קאליע געמאכט אין זיין ארבעט, און די באזונדערע הלכות פון איינער וואס קומט געלט פאר א צווייטן און ער האט געשוואוירן אז ער איז נישט שולדיג. דער פרק פארמאגט צוועלף משניות.
  10. הגוזל ומאכיל – פארשידענע דינים איבער גזילה און גזלנים. דרך אגב ווערן דערמאנט הלכות איבער שאדן מאכן פאר יענעם כדי צו ראטעווען אייגנס, און וויפיל יענער דארף צאלן ווען מען האט שאדן געמאכט אייגנס כדי צו ראטעווען יענעמס. דער פרק פארמאגט צען משניות.

לויט איין מקור, איז א סגולה פאר א מקשה לילד אז איר מאן זאל לערנען די ערשטע משנה פון מסכת בבא קמא, איינמאל און נאכאמאל[5].

תלמוד בבלי

מסכת בבא קמא איז א פאפולערע "ישיבה מסכתא", און איז אנגענומען אלס א פאסיגע לימוד צו באקומען דעם לומד'ישן געדאנקנגאנג[6]. פון די אנדערע זייט, פארמאגט עס לאנגע סוגיות מיט פילע בלעטער אלס איין המשך אדער נאנטע פארבינדונג[7].

אויך ביי חסידים האט מען געמוטיגט אנצוהייבן מיט בבא קמא, באזירט אויף די גמרא[8] ”האי מאן דבעי למיהוי חסידא לקיים מילי דנזיקין”[9].

דער חתם סופר האט זיך געפירט צו פאסטן צוזאמען מיט זיינע תלמידים, א טאג איידער זיי האבן אנגעהויבן לערנען מסכת בבא קמא[10].

פראמינענטע סוגיות

מפרשים

די תוספות אויף בבא קמא זענען מאריך און שמועסן אויס זייער כוונה, מער ווי אויף טייל אנדערע מסכתות[30]. אין דער אנגענומענער צורת הדף, געפינט זיך אין בבא קמא דער עמוד מיט די ווייניגסטע גמרא (עז, א), צוליב דער תוספות וואס פארנעמט רוב דערפון[31]. לויט א מקור, האבן די בעלי התוספות מחבר געווען און געשריבן דעם תוספות אויף די סוגיא ווען זיי זענען געווען ארעסטירט, אין א נאכט איידער מען האט זיי אומגעברענגט אויף קידוש השם[32].

אויף די מסכתא זענען נישט אנגעקומען צו אונז די חידושים פון עטליכע פון די באקאנטע ראשונים, (ווי רמב"ן[33], ריטב"א און ר"ן). פון די אנדערע זייט זענען פארהאן עטליכע וויכטיגע פירושים וועלכע זענען אויף ווייניג אנדערע מסכתות. וויכטיגע מפרשים וועלכע זענען פארהאן אויף די מסכתא נעמען אריין, צווישן אנדערע:

אויף מסכת בבא קמא (ביז פרק שביעי) איז ארויסגעגעבן געווארן דער "אוצר מפרשי התלמוד", א פראיעקט פון מכון ירושלים צו זאמלען די פארשידענע פירושים און חידושים און זיי אפשרייבן אין קורצן אויפן סדר.

אין יאר ה'תשנ"ז האט הוצאת שבתי פרנקל ארויסגעגעבן די מסכתא מיט שינויי נוסחאות לויט כתבי יד, אינאיינעם מיט א "ספר המפתח" (צו ארום 1,400 ספרים) מיט מקורות וועלכע באציען זיך אויף די גמרא אדער מפרשים אויפן דף. דער ספר המפתח איז שפעטער ארויסגעקומען אויך אויף בבא מציעא און בבא בתרא, און איז שפעטער גערופן געווארן "רזא דשבתי" נאך שבתי פרענקל.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. זעט רש"ש, בבא מציעא י, ב, ד"ה גמרא מותיב ריב"א נזיקין
  2. פירוש המשניות, הקדמה
  3. בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת בבא קמא
  4. דער צאל פון משניות אין אלע פרקים לויט ווי געדרוקט אין דפוס ראם, ווילנא תרפ"ט. אין אנדערע דרוקן קען עס זיין אנדערש איינגעטיילט.
  5. זכרון יעקב יוסף, מערכת מ', אין נאמען פון רבי זלמן סענדער כהנא שפירא.
  6. זעט: רבי מיכל יהודה ליפקאוויטש, דרכי החיים, חלק ב' עמוד רל"ז, אז רבי אהרן קאטלער האט באקומען זיין פארשטאנד אין לימוד התורה פון מסכת בבא קמא. זעט אויך דארט, חלק א' עמוד קמ"ה, אז מיט מסכת בבא קמא איז גרינגער אנצוהייבן ווי מיט מסכת גיטין.
  7. זעט: שנות חיים, חלק א' עמוד 128, אז רבי מרדכי שלמה פרידמאן האט דערפאר געהאלטן אז מסכת בבא מציעא איז גרינגער פאר יונגע תלמידים. זעט אויך פניני רבינו יחזקאל, עמוד ז', אז רבי יחזקאל אבראמסקי איז נישט געווען גרייט פארצולערנען דעם ערשטן עמוד איידער ער איז איבערגעגאנגען די ערשטע פופציג בלאט.
  8. בבא קמא ל, א
  9. קונטרס דברי זאב (געדרוקט סוף "ליקוטי יום טוב", ירושלים תשס"ד), עמוד ל"ג; פרדס יוסף החדש, פרשת כי תצא אות רצ"ג.
  10. רשומים בשמך, עמוד נ"ז
  11. יב, ב
  12. יז, ב
  13. כ
  14. כב
  15. כז
  16. מד
  17. מו, א
  18. נח, א
  19. סב, ב
  20. סה, ב
  21. סח, ב
  22. עב, א
  23. עב, ב
  24. עה, ב
  25. עו, א
  26. פח, ב
  27. צח, ב
  28. קיח, א
  29. קיח, א
  30. פניני רבינו הקהלות יעקב, חלק א' עמוד י"ז
  31. אין נזיר לג, ב איז אבער פארהאן א עמוד אן קיין גמרא בכלל, צוליב די פילע קלענערע תוספות.
  32. רבי חיים אלעזר שפירא, דברי תורה, מהדורא ח' אות ל"א
  33. פון רמב"ן איז אבער פארהאן, חוץ פון מלחמת ה' אויפן רי"ף, אויך דער "קונטרס דינא גרמי" וואס איז נוגע צו די מסכתא.