ניסוך המים
ניסוך המים איז א מצוה, הלכה למשה מסיני, וועלכע גייט אן אין די צייט וואס די בית המקדש שטייט אין די טעג פונעם יום טוב סוכות. די מצוה ווערט אויסגעפירט דורך גיסן וואסער אויפ׳ן מזבח בשעת׳ן מקריב זיין דעם קרבן תמיד פון אינדערפרי, אין צוגאב צו ניסוך היין, וויין וואס ווערט געגאסן לענגאויס דעם יאר ביים מקריב זיין קרבנות.
שמחת בית השואבה. מאלעריי דורך דפנה לבנון. | |
משנה | משנה, סוכה ד, ט |
---|---|
תלמוד בבלי | סוכה נא, א |
משנה תורה | משנה תורה לרמב"ם, ספר עבודה, הלכות תמידים ומוספין, פרק י', הלכה ו' |
מקור
די מצוה ווערט נישט דערמאנט אין דער תורה, נאר חז״ל האבן דאס מקבל געווען אלס "הלכה למשה מסיני". חז"ל האבן אבער געטראפן רמזים צו ניסוך המים אין פרשת פנחס ביי די פסוקים וואס רעכענען אויס די קרבנות פון די טעג פון סוכות, וועלכע זענען געווען כמעט אייניג יעדן טאג און די תורה רעכנט זיי אויס מיט קליינליכע שינויים. רבי עקיבא לערנט פונעם לשון רבים ביים זעקסטן טאג ״ונסכיה״ אנשטאט ״ונסכה״, אז דאס ווייסט אויף די צוויי ניסוכים, וויין און וואסער. רבי יהודה בן בתירא זעט עס פון דעם וואס ס׳איז דא איבריגע אותיות וואס שאפן צוזאמען די ווארט "מים". אין אלע טעג שטייט "ונסכה", אויסער ביים צווייטן טאג וואו עס שטייט אנשטאט דעם "ונסכיהם" (מיטן צולייגן די אות מ"ם), און אינעם זעקסטן טאג שטייט "ונסכיה" (מיטן צולייגן די אות יו"ד). אין אלע טעג שטייט געשריבן "כמשפט", און אינעם זיבעטן טאג שטייט "כמשפטם" (מיטן צולייגן די אות מ"ם)[1].
אין ספר שמואל ווערט דערמאנט א צערעמאניע פון שעפן און גיסן וואסער פאר ג-ט[2], אבער עס איז אויבנאויף נישט פארבינדן צו רעגן אדער צו סוכות. אין ירושלמי זאגט בר קפרא אז דאס איז יא געווען די ניסוך המים פון סוכות[3].
טעם
דאס ניסוך ווערט געטון אום יום טוב סוכות וואס אין אים דאוונט מען און מען ווערט פארמשפט וועגן די וואסער - די ווינטער רעגן פון די יאר. די קרבן ניסוך המים, ענליך צו מנחת העומר אדער צו ברענגען ביכורים, איז ווי א קרבן ראשית אויפ'ן ווינטער, ווי עס שטייט אין תוספתא: ”אמר רבי עקיבא: אמרה תורה: הבא עומר שעורים בפסח, שהוא פרק שעורין, כדי שתתברך עליך תבואה... הבא ניסוך המים בחג כדי שיתברכו עליך גשמים.” (תוספתא, מסכת סוכה, פרק ג', הלכה ז')
אין מדרש[4] ווערט געברענגט אז ווען דער אויבערשטער האט אפגעשיידט די אויבערשטע וואסערן פון די אונטערשטע וואסערן בשעת בריאת העולם, האבן די אונטערשטע וואסערן געוויינט צוליב דעם וואס זיי זענען געבליבן אונטן, און זיי האבן געוואלט זיין אויבן, און דער אויבערשטער האט זיי געטרייסט מיט דעם אז די אויבערשטע וואסערן האבן נישט קיין רשות צו זאגן שירה ביז זיי נעמען רשות פון די אונטערשטע וואסערן, און אז זיי וועט מען מקריב זיין אויפ'ן מזבח דורך זאלץ (וואס קומט פון וואסער) און ניסוך המים.
סדר פון דער מצוה
יעדן טאג פון די טעג פון סוכות, פארטאגס, זענען די כהנים און דער פאלק ארויס שעפן וואסער פון מעיין השילוח אין א גאלדענע קרוג וואס אנטהאלט דריי לוג (ארום א ליטער). דאס שעפן איז געטון געווארן אין עפנטליכקייט און מיט גרויס פאראד, און איז באגלייט געווארן מיט מוזיקאלישע אינסטרומענטן. נאכן שעפן, איז מען אנגעקומען צו שער המים אין בית המקדש דארט האט מען געבלאזן מיט טרומפייטער און שופרות תקיעה תרועה תקיעה. דער כהן וואס האט זוכה געווען אין די עבודה פון מנסך זיין, איז ארויף אויפ'ן כבש צום מזבח העולה, און זיך געקערט צו די מערבית-דרומית ווינקל, דארט האט מען אפגעראכטן די נסכים. דער כהן האט געגאסן די וואסער פונעם גאלדענעם קרוג אין א זילבערנע טעפל וואס איז געלעכערט פון אונטן, צוזאמען מיט'ן גיסן וויין אין א זעלבע סארט טעפל דערנעבן, וואס איז אויך געלעכערט פון אונטן[5]. פון די טעפלען זענען די וואסער און די וויין גערינען דורך די מזבח צו די שיתין (א טיפער חלל אונטער'ן מזבח).
קעגנערשאפט פון די צדוקים
אין מסכת סוכה[6] ווערן געשילדערט די פרואוון פון די צדוקים צו בטל מאכן די מצוה פון ניסוך המים, וויבאלד עס ווערט נישט דערמאנט קלאר אין תורה שבכתב נאר בלויז אין תורה שבעל פה. עס ווערט אויך געשילדערט א פאל ווען א כהן א צדוקי האט געגאסן די וואסער אויף זיינע פיס, כדי צו פארשעמען די מצוה. לויט ווי עס ווערט געשילדערט, איז די רעאקציע פון די פרושים געווען זייער א ביטערער - דאס גאנצע פאלק האט אים באווארפן מיט זייערע אתרוגים. וועגן די מעשה, האבן חז"ל באשטימט אז די מצוה פון ניסוך המים זאל אפגעראכטן ווערן עפנטליך און פייערליך - כדי צו נעגאטיווירן די דעה פון די צדוקים.
היינטיגע צייטן
די מצוה פון ניסוך המים איז נישט איינגעפירט למעשה נאכן חורבן. מיט דעם, לויט די דעה וואס ערלויבט צו אפרעכטן די מצוה ביים פלאץ פון מזבח אויך ווען עס פעלט, האט התנועה לכינון המקדש וואס טוט צו צוריק ברענגען די עבודת המקדש, אפגעראכטן אין פארגאנגענהייט אין די יארן ה'תשמ"ט, ה'תש"ן און ה'תשנ"א די מצוה פון ניסוך המים[7]. דאס פארבאט צו אריינברענגען תשמישי קדושה און די שטרענגע אונטערזיכונגען אין הר הבית אין די לעצטערע יארן האבן אפגעהאלטן אויך די איינפירונג.
פון סוכות תשע"ה רעכטן אפ די ארגאניזאציעס פון בית המקדש א צערעמאניע פון "איבונגען אויף ניסוך המים" און זיי שעפן וואסער פונעם שילוח און זיי גיסן עס אויף א "כמו מזבח" אין דער אידישע פערטל אין ירושלים.
זעט אויך
צו ליינען נאך
- יוסף תבורי, מועדי ישראל בתקופת המשנה והתלמוד, הוצאת מאגנס, ירושלים ה'תשנ"ה, עמ' 198 און ווייטער.
דרויסנדיגע לינקס
- יוני קמפינסקי, מתרגלים את ניסוך המים: במעמד רבנים וביוזמת אנשי מכון המקדש התבצע אתמול (ראשון) בשעות הערב מעמד ייחודי: "תרגול" ושחזור של קיום מצוות ניסוך המים, אויף ערוץ 7, י"ט תשרי תשע"ה
רעפערענצן
- ↑ שבת קג, ב; תענית ב, ב (אין תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ג' שטייט דער צווייטער רמז בשם רבי עקיבה)
- ↑ שמואל א' ז, ה; שמואל ב' כג, טז.
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק ב', הלכה ה'
- ↑ ווערט געברענגט אין רבנו בחיי, ויקרא ב, יג.
- ↑ כדי דאס ארויסגיין פון די וואסער און די וויין זאלן זיך ענדיגן צוזאמען, איז די לאך פון די טעפל וויין געווען ברייטער, וויבאלד די וויין איז מער געדיכט, און וויבאלד מען האט אנגעהויבן צו גיסן די וויין און די וואסער אויף אמאל.
- ↑ משנה, סוכה ד, ט
- ↑ בטאון יבנה המקדש גיליון 242.