אין ערשטן דרוק פון שלחן ערוך איז געשטאנען אין קעפל פון אורח חיים, סימן תר"ה אז דער מנהג פון כפרות איז א "מנהג של שטות". לויט א שפעטערן מקור זענען די ווערטער נישט פונעם מחבר, נאר פונעם דרוקער, וועלכער איז דערפאר באשטראפט געווארן אז זיין אייניקל איז געווען א שוטה.