רוי:רבי אליעזר גאלדמאן

זוועהילער רבי אין אמעריקע
ווערסיע פון 19:59, 7 אויגוסט 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏דרויסנדיגע לינקס: פארראכטן לינק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי אליעזר גאלדמאן (געבוירן כ"ד תשרי תשכ"ז) איז דער זוועהילער רבי פון אמעריקע.

ביאגראפיע

רבי אליעזר איז געבוירן תשכ"ז אין בני ברק צו זיין פאטער רבי יעקב לייב גאלדמאן, זוועהילער רבי פון בני ברק, א זון פון הרה"ק רבי מרדכי זוועהילער בעל הויקרא דמלכא, און צו זיין מוטער מרת צביה זלאטא, די טאכטער פון רבי משה בערגמאן, ראש ישיבת הרשב"י, און א שוועסטער פון רבי מאיר צבי בערגמאן, א מיטגליד פון מועצת גדולי התורה פון דגל התורה און איידעם פון רבי אליעזר מנחם מן שך פון די גרעסטע ליטווישע פוסקים.

ווען עס איז געקומען די צייט, האט ער געהייראט זיין ווייב מרת ציפורה, טאכטער פון רבי דוד טווערסקי דער סקווירער רבי, און מרת חנה חיה, טאכטער פון הרה"ק רבי משה יהושע האגער דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק. גלייך נאך זיין חתונה האט ער זיך אריבערגעצויגן אין שיכון סקווירא צו וואוינען נאנט צו זיין שווער. דורך די פארלאפענע יארן האט איהם זיין שווער דער סקווירער רבי ממנה געווען צו זיין דער "בעל תוקע" אין סקווירער בית מדרש יעדן ראש השנה, א אויפגאבע וועלכער אין סקווירא ווערט גערעכנט אלס גאר חשוב. יעדן טאג לערנט ער בחברותא צוזאמען אינאיינעם מיט רבי משה גרין, דער ראש ישיבה פון מאנסי, וועלכער אפענטליך גרייט צו מיט דער הילף פון רבי אליעזר זיינע שיעורים וואס ער לערנט פאר אין זיין ישיבה. אין תשע"ז נאך דער פטירה פון זיין פעטער רבי שלמה וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער האט מען באקרוינט רבי אליעזר אלס זוועהילער רבי.

כ"ד סיון, ה'תשע"ט האט רבי אליעזר געעפנט א נייע זוועהילער שוהל, אין שטאט מאנסי.

קינדער

  • הרב גדליה יעקב לייב, האט געהייראט מרת חנה, טאכטער פון רבי יעקב ישעיה זאב גראס, האלמינער רב פון ביתר עילית.
  • הרב פנחס אהרן, האט געהייראט מרת עכסא בלומא, טאכטער פון רבי זאב וואלף מייזליש, אוהעלער רב אין מאנסי.
  • הרב מרדכי, האט געהייראט מרת ברכה פערל, טאכטער פון רבי אברהם יעקב פלינטנשטיין, זון פון קאפישניטצער רבי און איידעם פון אלכסנדר רבי.
  • הרב שלום, האט געהייראט מרת בת שבע שרה, טאכטער פון קאזמירער רבי.
  • הרב שלמה, האט געהייראט מרת שבע רבקה, טאכטער פון רבי יוסף פאנעט, זון פון דעעשער רבי פון בני ברק און איידעם פון רבי אברהם חיים ראטה דער פריערדיגער רבי פון שומרי אמונים.
  • הרב יחזקאל שרגא, האט געהייראט זיין שוועסטער קינד מרת לאה אסתר, טאכטער פון רבי יצחק טווערסקי, זון פון סקווירער רבי און איידעם פון ישראל האגער, דער וויזשניצער רבי פון בני ברק.
  • מרת צביה זלאטא ברכה, די ווייב פון הרב אליעזר זאב ירחמיאל, זון פון רבי יעקב מנחם ראבינאוויטש, ביאלער רבי.
  • הרב יצחק יוסף, האט געהייראט מרת שפרה מלכה, טאכטער פון רבי אלטער ישראל אברהם קרויז, קערעסטירער רבי פון מאנסי, און איידעם פון רבי שמואל יעקב קאהן, תולדות אברהם יצחק רבי.
  • לאה אסתר

דרויסנדיגע לינקס

[1] דער נייער זוועהילער ממשיך. (אויף העברעיש) אין בחדרי חרדים.

פריערדיגער:
שלמה גאלדמאן
זוועהילער רבי אין אמעריקע
תשע"ז -
נאָכפאלגער:
היינטיגער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!