רוי:רבי יהודה הורוויץ (סטוטשין)
רבי יהודה הורוויץ זצ"ל (י"ג תמוז ה'תרנ"ב - ט' חשוון ה'תשמ"ב), דער סטוטשינער רב.
אפשטאם
רבי יהודה'לע איז געבוירן י"ג תמוז ה'תרנ"ב, צו זיין פאטער הרב יצחק הורוויץ, רב אין סטוטשין, א זון פון הרב רבי משה הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער אסתר ליבא א טאכטער פון הרב מנחם מענדל אייכנשטיין פון זידיטשוב.
רבנות
ווען זיין פאטער איז געפארן קיין טארנא איז רבי יהודה'לע געווארן רב אין סטוטשין אויף זיין פאטערס ארט, און ער האט דארט פאהרגעלערנט שיעורים פאר בחורים. זיין פאטער רבי איציקל האט באפוילן רבי יהודה'לע, ער זאל נעמען קוויטלעך ביי זיינע אנהענגערס, און ער אליין האט געשיקט מענטשן זיך פראוון ביי אים.
נאך דעם צווייטן וועלט קריג וואס רבי יהודה'לע האט דורכגעלעבט מיט איבערמענטשליכע קרעפטען איז ער אנגעקומען קיין אמעריקא און זיך באזעצט אין בארא פארק וואו ער האט ווייטער אנגעפירט זיין עבודה אלס סטוטשינער רב פון ניו יארק.
הסתלקות
פאמיליע
רבי יהודה'לע האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון זיין פעטער הרב רבי יהושע שפירא רב אין ריבאטוטש. זיי האבען געהאט איין קינד:
זיינע ספרים
- מנחת יהודה על התורה
- מנחת יהודה על מועדים
רעפערענצן
- הקדמה מנחת יהודה על התורה
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 70
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!