רוי:רבי אייזיק הורוויץ

מאדמורי ספינקא
ווערסיע פון 22:31, 4 אויגוסט 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (פארברייטערט, צוגעלייגט מקור)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
רבי אייזיק הורוויץ
טעקע:Isacc.jpg
טעקע:Isacc2.jpg
ר' אייזיק הורוויץ

רבי אלעזר יצחק אייזיק הורוויץ (געבוירן כ"ה שבט ה'תשי"ז) איז דער ספינקער רבי פון תולדות צבי.

ער איז געבוירן געווארן אין איסט סייד[1] אלס דער דריטער זון פון רבי הערשעלע ספינקער. ער איז אן איידעם ביי רבי יחזקאל שרגא מערץ, אנדערע רופן אים ר' אייזיק ספינקער.

ווען זיין פאטער איז אוועק האט ער איבערגענומען דעם טאטענ'ס בית המדרש צוזאמען מיט זיין ברודער רבי אביש הורוויץ, און זיי האבן זיך איינגעטיילט און צוזאמען געפירט טיש.

זעקס וואכן שפעטער אום שמיני עצרת איז זיין שוויגער אוועק, ווען עס איז געקומען צו הקפות איז ער אוועקגעגאנגען און האט פארוואנדעלט זיין שוויגער'ס הויז אין א בית המדרש און געטאנצט דארט די הקפות. דערביי האט מען אים אנגעהויבן רופן אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא.

ער האט היינט א ביהמ"ד און מקוה אין קריית יואל אויף טעטש קארט אין דער עצי תמרים געגנט, מען זאגט אז אין קריית יואל האט ער בערך 200-300 נאנטע מענטשן; דער ביהמ"ד הייסט אויך תולדות צבי.

אויך האט ער א ביהמ"ד אין בארא פארק וואו זיין צווייטע זון הרב יואל זוסמאן דינט אלס רב, ער האט אויך א ביהמ"ד אין לעיקוואד ווי זיין נעפיא הרב אברהם שמואל ענגלענדער דינט אלס רב.

ער האט געעפנט א ישיבה קטנה אין בלומענגראוו (קריית יואל) וואו עס לערנען דארט בערך 50 בחורים.

ער האט ארויסגעגעבן פון זיין טאטן דעם ספר תולדות צבי על התורה, זמירות זכרון צבי און ספר הקדמות.

צו זיינע שלוש סעודות'ן קומט מען הערן פון דער גאנצער שטאט, און צו דעם איז ער א געוואלדיגער בעל מחדש ביי זיינע תורות קען מען איינקויפן אסאך ידיעות אויף זייער א ברייטן פארנעם.

ער האט זיך געבויט א נייעם ביהמ"ד אויף פען סטריט ווי עס האט שוין אין די הייליגע טעג געדאווענט איבער דריי הונדערט אידן. אויך איז ער באוואוסט מיט זיין התמדת התורה וואס מען זאגט אויף אים אז ער קען לערנען 5-6 שעות רצופות אן איין הפסק.

ער דאווענט א יעדן טאג אין דער וואך וותיקין (חוץ שבת, יום טוב, און חול המועד). ער דאווענט שנעל, אזוי פלעגט אויך זיין טאטע רבי הערשעלע דאווענען.

ער איז ארומגענומען מיט לייבן גבאים די משפחת שפיטצער קינדער און אייניקלעך פון ר' אלימלך שפיטצער.

זיין הויפט גבאי איז יצחק ברוך שפיטצער.

קינדער

  • רבי יחזקאל שרגא הורוויץ, דיין קהל תולדות צבי, איידעם פון רבי דוד אייכנשטיין דער בורשטינער רבי פון בארא פארק
  • מרת צירל, ווייב פון רבי אהרן צבי טערקלטויב
  • רבי משה יעקב, האט געהייראט מרת סימא, טאכטער פון רבי ישראל חיים קאהן, רב פון תולדות אהרן בית מדרש און א דיין אין עדה החרדית
  • ווייב פון רבי יוסף דוד, זון פון רבי יעקב שמשון טירנויער חוסטער רבי'ן
  • הרב יוסף מאיר, איידעם פון הרב יצחק שטיין דומ"ץ פאלטישאן זון פון רבי מרדכי שטיין, פאלטישאנער רבי, און איידעם פון רבי משה ראטענבערג פון וואוידיסלאוו
  • ווייב פון הרב דוד משה טווערסקי, זון פון רבי שלום מאיר טווערסקי, פאלטישאנער רבי, איידעם פון רבי דוד משה קרעטשניפער
  • מרת רעכל, ווייב פון רבי יחיאל מיכל טייטלבוים, אייניקל פון רבי געציל בערקאוויטש
  • ווייב פון רבי יוסף מאיר פרידמאן, זון פון סעלישער רב, איידעם ביי רבי בעריש הורוויץ פון ספינקא
  • מרת חוה לאה, ווייב פון הרב מרדכי יודא, זון פון רבי דוד הורוויץ, זון פונעם מעליצער רבי'ן פון וויליאמסבורג, און איידעם פון רבי משה אריה האלבערשטאם פון נאסויד ברוקלין
  • רבי יואל זוסמאן, רב פון בית המדרש תולדות צבי אין בארא פארק, איידעם פון רבי משה ראטה, רב הצעיר פון קארלסבורג, זון פון רבי יחזקאל ראטה
  • מרת חנה, ווייב פון הרב יקותיאל יודא, זון פון רבי יצחק אייזיק ראטה, רב פון קהל חסידים אין מאנסי, זון פון רבי יחזקאל ראטה
  • הרב נפתלי הירצקא, מגיד שיעור אין ישיבת מבוא התלמוד, איידעם פון רבי נפתלי הורוויץ, רב פון בית המדרש זכרון נפתלי פון וויליאמסבורג
  • הרב שמואל צבי, האט געהייראט מרת באשא מרים איידל, טאכטער פון רבי מנחם נחום קאהן, רב פון תולדות אהרן אין בית שמש

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 69

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!