רוי:רבי אריה לייביש האלבערשטאם (זשמיגראד)

ווערסיע פון 20:14, 30 יולי 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (אויסגעמעקט ליידיגע קאפיטל)

רבי אריה לייביש האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרע"ג - י"ח טבת ה'תשס"ז), זשמיגראדער רבי אין ארץ ישראל און מחבר פון "אריה שאג".

אפשטאם

רבי אריה לייביש איז געבוירן אין יאר ה'תרע"ג, צו זיין פאטער רבי סיני האלבערשטאם, רב אין זשמיגראד, א זון פון רבי ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחמה די טאכטער רבי נפתלי הורוויץ פון מעליץ.

רבנות

רבי אריה לייביש איז געווען פון די אויסגעוועלטע תלמידים פון ישיבת חכמי לובלין, א באליבטער תלמיד פון רבי מאיר שפירא און רבי שמעון זעליחאווער. אין דער צוויטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן קיין סיביר. נאך די קריג איז ער ארויף קיין ארץ ישראל, נאך פארשידענע וואלגערנישן האט ער זיך באזעצט אין בני ברק, און געעפענט דארט זיין בית המדרש.

פאמיליע

רבי אריה לייביש האט געהייראט בזיווג ראשון מרת אסתר מרים הדסה, א טאכטער פון רבי יהודה צבי בראנדוויין סטרעטינער רבי. זייערע קינדער:

  • רבי סיני האלבערשטאם, מחבר פון חידושי סיני.

בזיווג שני האט רבי אריה לייביש געהייראט א טאכטער פון רבי מנחם מענדל בארנשטיין. זייערע קינדער:

  • רבי חיים נפתלי אהרן האלבערשטאם.
  • רבי אברהם יחזקאל שרגא האלבערשטאם.
  • רבי צבי יעקב יהושע האלבערשטאם.
  • מרת לאה רחמה, די פרוי פון רבי חנניה יום טוב ליפא האלבערשטאם-רייך.

זיינע ספרים

  • אריה שאג

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!