רוי:רב שרירא גאון

ווערסיע פון 08:45, 21 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פון יידישער פאלקס-ענציקלאפעדיע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רב שרירא גאון (לערך 900 – 1001) איז געווען א באַרימטער גאון אין בבל אין דער ישיבה פון פּומבדיתא, פאָטער פון רב האי גאון; געשטאַמט פון גרויסן יחוס, וועלכער האָט זיך געצויגן, לויט דער טראדיציע, ביז דוד המלך; ראש ישיבה אין פּומבדיתא זינט 968; אַנערקענטער רעליגיעזער אידישער פירער, געענטפערט פיל תשובות אויף שאלות פון אידישע קיבוצים אין פאַרשידענע לענדער, מצרים, שפּאַניע, איטאַליע און מורח-לענדער.

אין "ספר הקבלה" פון רבי אברהם אבן דאוד (ראב"ד דער ערשטער) ווערט דערציילט, אַז מען האָט אויפגעהאָנגען רב שרירא גאון אויף איין האנט ווען ער איז אַלט געווען 100 יאָר; אָבער פון אַנדערעט קוואַלן ווערט נישט באַשטעטיגט די דאָזיגע ידיעה וועגן קדושים-טויט פון רב שרירא; עס איז נאָר באַקאַנט, אַז ער און זיין זון רב האי זענען געווען אַ געוויסע צייט אַרעסטירט.

ווערק

אַחוץ דורך זיינע תשובות און פּירושים (אין וועלכע ער ווייזט אַרויס די ראציאָנאליסטישע אויפפאַסונג צו ערקלערן די וואונדערליכע סיפּורים פון מדרש און אגדה דורך דרך הטבע און דרך משל) איז רב שרירא באַרימט דורך זיין בריוו "אגרת דרב שרירא גאון", וועלכן ער האָט געשריבן צו אידישע חכמים אין קיירואן (צפון-אַפריקע) אויף זייער פראגע פון "כיצד נכתבה המשנה" (ווי אַזוי איז געשריבן געוואָרן די משנה). אין דאָזיגן בריוו גיט רב שרירא גענויע כראָניקאלע ידיעות וועגן תנאים, אמוראים, ראשי הגולה, רבנן סבוראי און גאונים ווי אויך וועגן דער אַנטשטייאונג פון משנה, תלמוד, דאטעס וועגן די אידישע פירער פון די צייטן פון דער משנה ביז זיין צייט.

מען דענקט, אַז דער "בריוו" איז געשריבן געוואָרן לערך 988. די באַדייטונג פון דער "אגרת" פאַר דער פאָרשונג פון אידישער געשיכטע אין דער צייט פון תלמוד און שפּעטער אין בבל איז אומגעווענליך גרויס; די "אגרת" איז פאַרהאַן אין צוויי נוסחאות; מען רופט זיי: "די שפּאַנישע", ווייל זי ווערט געבראכט ביי די חכמי ספרד, און די "פראנצויזישע" פון די חכמי צרפת, און איינער פון די הויפּט-אונטערשידן אין זיי איז וועגן דער פראגע, צי רבי יהודה הנשיא האָט ביים מסדר זיין די משנה זי געהייסן אויפשרייבן, אָדער זי איז געבליבן בעל פּה, און מען האָט זי אויפגעשריבן ערשט שפּעטער אין דער צייט פון די רבנן סבוראי. איין נוסחא (די שפּאַנישע) איז, אַז מען האָט זי יאָ אויפגעשריבן, די אַנדערע, די פראנצויזישע איז, אַז נישט.

פון דער אגרת רב שרירא גאון זענען פאַרהאַן עטליכע אויסגאַבן דורך פאַרשידענע געלערנטע פון פאַרשידענע כתבי-יד. איינע פון די ערשטע אויסגאַבן איז צום סוף פון "ספר יוחסין" פון רבי אברהם זכותא; בער גאָלדבערג האָט אַרויסגעגעבן די "אגרת" לויט אַ כתב-יד (מאינץ 1873); די בעסטע אויסגאַבע איז פון ב. לעווין, אין וועלכער עס זענען געגעבן ביידע נוסחאות, ווי אויך אַן איינלייטונג.