רבי חיים ברים

מרביץ תורה, באיאנער חסיד און תלמיד פון חזון איש (תרפ"ב–תשס"ב)
ווערסיע פון 00:38, 19 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (הגהה)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי אברהם חיים ברים (תרפ"בכ"ו אדר תשס"ב) איז געווען א ירושלימ'ער ראש ישיבה, א באיאנער חסיד און תלמיד פונעם חזון איש, וועלכער האט געדינט אלס מרביץ תורה אין מערערע ישיבות.

רבי חיים ברים
Rabbi Chayim Brim.jpeg
געבורט ה'תרפ"ב
פטירה כ"ו אדר ה'תשס"ב (אלט: 80 בערך)
זיין קבר אויפן הר הזיתים

ביאגראפיע

רבי חיים איז געבוירן אין אלטשטאט ירושלים צו רבי מרדכי דוד ברים, א באיאנער חסיד, אן אפשטאמיגער פון א גאליציאנער משפחה פון צאנזער חסידים, גערופן אויפן נאמען פונעם שטאם-פאטער, רבי יצחק מאיר קלאגסברוין (ברי"מ: ב'ני ר'בי י'צחק מ'רדכי)[1]. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט אין תלמוד תורה און אין ישיבה "עץ חיים", וואו ער איז באקאנט געווארן אלס עילוי און נאנט געווען מיטן ראש ישיבה, רבי איסר זלמן מעלצער, וועלכער האט אים שטארק געשעצט. אלס בחור, פלעגט ער שבת לערנען בחברותא מיט רבי שלמה זלמן אויערבאך, דאן א יונגערמאן.

זיין פאטער איז אוועק אין זיין יוגנט. ער האט חתונה געהאט אין 1941 מיט רוחמה הינדל, טאכטער פון רבי ישראל טויסיג פון מאַטערסדאָרף, און נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אינעם באיאנער כולל אין ירושלים, אינאיינעם מיט רבי משה חיים שמערלער, רבי חיים שלמה ראבינאוויטש און נאך.

מיטן חזון איש

אין יענע יארן, האט אים א חבר, רבי אברהם יעקב וויינער, א תלמיד פונעם חזון איש, פארבינדן מיט זיין רבי'ן און ער איז געווארן פון זיינע נאנטע תלמידים. זיי, אינאיינעם מיט נאך עטליכע חברים, ירושלימ'ער תלמידים פונעם חזון איש (רבי חיים שאול גריינימאן - א פלומעניק פונעם חזון איש, רבי יהודה שפירא און רבי משה יהושע לאנדא), פלעגן וועכנטליך פארן קיין בני ברק צו רעדן אין לערנען מיט אים. ער האט געקענט פון אויסנווייניג אלע שריפטן פונעם חזון איש און באזירט זיינע לימודים אויף די חידושים פון דעם רבי'ן זיינעם. נאכמער, נאכן צוגעבונדן ווערן צום חזון איש, האט ער גונז געווען אלעס וואס ער האט פריער געשריבן לויטן ישיבה'שן דרך הלימוד. אין עטליכע געלעגנהייטן האט ער געדינט אלס שליח פונעם חזון איש צום בריסקער רב, רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק.

אין יענער תקופה איז רבי חיים געווען פון די אנפירער פון א "חבורה" אין ישיבת מיר, געאייגנט פאר תלמידים פונעם חזון איש[2]

אלס מרביץ תורה

זיין ערשטע תורה'דיגע פאזיציע האט דער חזון איש אים אנגעטראגן, צו דינען אלס "שואל ומשיב" אין דער סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק; דארט איז ער אויך נאנט געווארן מיט רבי יחזקאל אבראמסקי. שפעטער האט ער געדינט אלס מגיד שיעור אין ישיבת רוזי'ן אין בני ברק, דערנאך אלס ראש ישיבה אין די ישיבות "אוהל יעקב" אין בני ברק, "לפלגות ראובן" און "פורת יוסף" אין ירושלים.

נאך דער זעקס טעג מלחמה אין יאר תשכ"ז, איז ער ארומגעפארן צו פארשידענע יישובים איבערן לאנד אוועקצושטעלן דארט שיעורי תורה - אינאיינעם מיט רבי מנחם מענדל מענדלזאן, דער שפעטערדיגער קוממיות'ער רב, און רבי מרדכי דוד לודמיר - א פראיעקט וואס האט זיך שפעטער אנטוויקלט צו א נעץ פון שיעורי תורה, אונטערן נאמען "תורה ויהדות לעם".

עטליכע יאר שפעטער איז ער גערופן געווארן צו דינען אלס ראש ישיבה אין דער סקווירער ישיבה אין שיכון סקווירא, ביזן יאר תשל"ח, ווען ער האט מוותר געווען אויף זיין פאזיציע פאר זיין נאנטן חבר, רבי בערל קרויזער, און איבערגענומען רבי בערל'ס אמט אלס פרעשבורגער ראש ישיבה אין ירושלים[3]. שפעטער, האט ער געגרינדעט ישיבת משכן יוסף אין ירושלים און געדינט דארט אלס ראש ישיבה.

אין צוגאב צו זיין גרויסקייט אין תורה און אין חסידות, איז ער אויך געווען שטארק באקאנט מיט זיינע אויסנאמע מידות טובות[4], און אויך פלעגט ער זייער אסאך פאַסטן.

פאר לאנגע יארן האט ער געדינט אלס בעל תפילה אין די ימים נוראים אין שיכון סקווירא. אין דער חסידישער וועלט איז אויך באקאנט א ניגון וואס ער פלעגט זינגען אין באיאן, וועלכער ווערט גערופן "רבי חיים ברימ'ס ניגון"[5].

ער איז נפטר געווארן מוצאי שבת, כ"ו אדר תשס"ב, און באערדיגט געווארן אויפן הר הזיתים.

זיינע ספרים

  • מרבה חיים - שיחות: צוועלף שמועסן איבער תורה און עבודת ה', רבי ישראל ברים[6] (ארויסגעבער), ירושלים, תשס"ו
  • מרבה חיים - מועדים: שמועסן אויף די ימים טובים, רבי ישראל ברים (ארויסגעבער), ירושלים, תשס"ו, צוויי בענדער
  • מרבה חיים על הש"ס: חלק א', זרעים-מועד, רבי ישראל ברים (ארויסגעבער), ירושלים, תש"ע

זיין פאמיליע

זיין ברודער איז געווען רבי יהושע העשיל ברים, ראש ישיבה פונעם רוזשינער ישיבה תפארת ישראל. נאך א ברודער איז געווען רבי משה ברים, דער פאטער פון רבי יהושע העשיל ברים, ראש ישיבת באהוש.

זיינע קינדער זענען:

זיינע תלמידים

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. רבי מרדכי דוד איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל מיט זיין גאנצער משפחה און געווען געצוואונגען זיך צוריקצוקערן קיין חוץ לארץ צוליב פינאנציעלע שוועריקייטן. זיין פאטער, רבי דוד קלאגסברוין, ליגט אויפן הר הזיתים
  2. צווישן אנדערן, האבן אין דער חבורה געלערנט רבי מענדל אטיק און רבי משה יהושע לאנדא - פון די אנפירער פון דער חבורה; רבי אברהם יעקב וויינער, רבי דוב מאיר קרויזער, רבי זונדל קרויזער, רבי יהושע העשיל ברים, רבי מאיר בראנדסדארפער און רבי נחום ראגאזניצקי
  3. יוסף מאיר האס, "מקים עולה של תורה", המבשר תורני, תשע"ב, 188 (מטות מסעי)
  4. רבי משה מנחם טויבנפעלד, בפקודיך אשיחה, חלק א', זייט נ"ח-נ"ט (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  5. סוכות אין ויזניץ 1 ח"ב, ניגון רבי חיים ברים, שיעור צו הערן אויף "קול הלשון"  
  6. זון פון זיין זון רבי מרדכי
  7. שומר שבת, חלק א', און שומר שבת, חלק ב'
  8. רבי יוסף ישראל אייזנבערגער, שו"ת שבטי ישראל, חלק א', אין הקדמה
  9. זון פון רבי יהושע העשיל