רוי:דאנאלד טראמפ

45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע
דאנאלד טראמפ
Donald John Trump
טראמפ אין 2017
טראמפ אין 2017
געבורט יוני 14, 1946 (יארגאנג: 78)
קווינס, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן
פולער נאמען דאנאלד דזשאן טראמפ
מדינה פאראייניגטע שטאטן
באשעפטיגונג פאליטיקאנט, ביזנעסמאן, מידיע פערזענליכקייט
פארטיי רעפובליקאנער (1987–1999, 2009–2011, 2012–איצט)
פריערע פארטייען:
דעמאקראט (ביז 1987, 2001–2009)
אינדעפענדענט (2011–2012)
רעפארם פארטיי (1999–2001)
פאטער פרעד טראמפ
מוטער מארי טראמפ
ווייב איוואנא טראמפ (1977–1990)
מארלא מעיפלס (1993–1999)
מעלאניע טראמפ (2005–איצט)
אפיציעלע וועבזייטל
פרעזידענטליכע ביבליאטעק
ווייסע הויז ארכיוון
45'טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
2017–2021
וויצע מייק פענס
אונטערשריפט אונטערשריפט

דאנאלד טראמפ (ענגליש: Donald John Trump; געבוירן יוני 14, 1946, ניו יארק, ניו יארק) איז דער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן (2017-21) און דער נאמיני אין די פ.ש. פרעזידענטליכע וואלן פון 2024. אין די 2016 פרעזידענט וואלן איז ער אויסגעקליבן געווארן אלס דער רעפובליקאנער קאנדידאט און האט באזיגט זיין דעמאקראטישער קעגנער, הילערי קלינטאן.

אום מאי 30, 2024 איז טראמפ געווארן דער ערשטער געוועזענער פרעזידענט צו ווערן פאראורטיילט אין א פארברעכן ווען א ניו יארק שטאַט דזשורי האט אים פאראורטיילט אויף 34 פעלאני פארברעכנס פון פעלשן ביזנעס רעקארדס אין פארבינדונג מיט א האש-מאני צאלונג אין 2016 צו א פילם-שטערנקע וועלכע האט גע'טענה'ט אז זי האט געהאט אן עסק מיט טראמפ אין 2006.

טראמפ איז שפעטער אנגעקלאגט געווארן אויף צענדליגע אנדערע פעדעראלע און שטאַט באשולדיגונגען אין פעלער בשייכות צו זיינע באמיאונגען צו איבערדרייען ביידען'ס זיג אין די 2020 פרעזידענטליכע וואלן און זיין באזייטיגונג פון פילע קלאסיפירטע דאקומענטן פון די ווייסע הויז אין זיין לעצטן טאג אין אמט. טראמפ איז אויך געפונען געווארן פאראנטווארטליך אין א גרויסע ציווילע קלאגע באשולדיגנדיג ביזנעס שווינדל אין ניו יארק שטאַט און צוויי ציווילע קלאגעס וועלכע האבן אים באשולדיגט אין אביוזן און באשמוצן דעם שרייבער E. Jean Carroll. מיט'ן אנהויב פון זיין פּראצעס אין די ביזנעס-רעקארדס פאל אום אפריל 15, 2024 איז טראמפ געווארן דער ערשטער געוועזענער פרעזידענט צו שטיין פאר פראצעס אויף קרימינאלע קלאגעס.

טראמפ איז דער דריטער פרעזידענט אין די פ.ש. היסטאריע (נאך ענדרו זשאנסאן אין 1868 און ביל קלינטאן אין 1998) צו ווערן אימפּיטשד דורך די פ.ש. הויז פון רעפרעזענטאטן און דער אייציגסטער פרעזידענט צו ווערן אימפּיטשד צוויי מאל –איין מאל (אין 2019) פאר אביוזן מאכט און אבסטראקשען פון קאנגרעס אין פארבינדונג מיט'ן אוקראינער סקאנדאל און איין מאל (אין 2021) פאר "אינסייטמענט אוו אינסארעקשאן" אין פארבינדונג מיט די יאנואר 6 אטאקע אויף די פ.ש. קאפיטאל דורך א היציגע כאפּטע פון טראמפ שטיצער. ביידע טראמפ אימפּיטשמענטס האבן זיך געענדיגט אין זיין ריינוואשונג דורך דעם פ.ש. סענאט. טראמפ איז געלאפן פאר ווידערוויילונג אין 2020 אבער האט פארלוירן צו געוועזענער וויצע פּרעזידענט דזשאו ביידען דורך אן עלעקטארעל קאלעדזש אפשטימונג פון 306 צו 232.

נאך די מידטוירם וואלן פון 2022 האט טראמפ דערקלערט זיין פלאן צו לויפן פאר א צווייטע טערמין, און אין פּריימערי וואלן אין אנהויב 2024 האט ער אנגעזאמלט גענוג דעלעגאטן צו געוואונען זיין פּארטיי'ס נאמינאציע, טראץ די פעסטע פארשריט פון די לעגאלע קעיסעס קעגן אים. כאטש וואס עטליכע רעפובליקאנער פארטיי פירער האבן געזארגט אז א קרימינאלע פראצעס קען ערנסט אפשוואכן טראמפ'ס אפרוף צו מעסיגע רעפובליקאנע און אומאפהענגיגע וויילער, האבן אנדערע גענומען די האפענונגפולע מיינונג אז טראמפ וועט נוצן זיינע געריכט ערשיינונגען צו צעמענטירן זיין שטיצע דורכ'ן זיך אהערשטעלן אלס א פאליטישער מארטיר–דער קרבן פון דעמאקראטיש-געפירטע "וויטש האנטס", "האוקסעס", און "סקעמס", ווי ער כאראקטעריזירט אפט די פילע לעגאלע אויספארשונגען וואס האבן אים באַטראָפן.

טראמפּ איז אויך אַ ריעל עסטעיט דעוועלאָפּער און ביזנעסמאן וואָס האט פארמאגט, פארוואלטעט אָדער געלייסענסט זיין נאָמען צו האָטעלס, קאַסינאָס, גאָלף קאָרסעס, רעזאָרטן און רעזידענטשל פּראפּערטיס אין די ניו יארק סיטי געגנט און אַרום די וועלט. זינט די 1980ער האט טראַמפּ פארלייעט זיין נאָמען צו מערערע ריטעיל פירנעמען - אַריינגערעכנט געברענדטע ליניעס פון קליידונג, קעלניש-וואסער, עסנוואַרג און מעבל. אין די פריע 21טער יאָרהונדערט האט זיין פּריוואַטער קאַנגלאַמעראַט, די "טראמפּ ארגאניזאציע", אריינגערעכנט עטליכע 500 פירמעס פארמישט אין אַ ברייטע קייט פון געשעפטן, אַריינגערעכנט האָטעלן און רעזאָרטן, רעזידענטשל פראפערטיס, סחורה, און פאַרוויילונג און טעלעוויזיע.


גלייך ביים אריינגיין אין אמט, האט טראמפ זיך געאיילט אונטערצושרייבן א סעריע פון ​​עקזעקוטיווע באפעלן, אריינגערעכנט דעם פארארדענונג וואס האט פארבאטן אימיגראציע פון ​​בירגער פון עטליכע לענדער מיט א מוסלעמענער מערהייט, אנרופנדיג זיי "טעראר-פריינטליכע" לענדער. אנדערע באפעלן זיינע האבן אראפגענומען רעגולאציעס פון ביזנעסער און ענווייראמענטאלע שוץ, און גלייכצייטיג האט ער פאראויסגעשטופט מאַסיווע שטייער שניטן. אין אויסערן פאליסי האט ער פאראויסגעשטופט א פאליסי וואס ער האט כאראקטעריזירט אלס "אמעריקע ערשט": ער האט זיך צוריקגעצויגן פון פארהאנדלונגען אין די טראנס-פּאַסיפיק שותפות און די פאריזער אפמאך וועגן קלימאטן טויש, ארויפגעלייגט אימפארט שטייער (טאריפס) וואס האט ארויסגערופן א האנדל קריג מיט כינע, און צוריקגעצויגן אמעריקאנער כוחות פון די ציווילע מלחמה אין סיריע. זיין שטעלונג צו מדינת ישראל איז געווען גאָר פאזיטיוו, אריינגערעכנט ווען ער האט אנערקענט ירושלים אלס מדינת ישראל'ס הויפטשטאט און מדינת ישראל'ס בעלות אויף די גולן בערג, פאראויס־געשטיפט די עברעהעם שלום אפמאך מיטן ציל צו נארמאליזירן די ​​באציאונגען צווישן מדינת ישראל און עטליכע אראבישע לענדער, און גענומען א שטארקע ליניע קעגן איראן, צווישן אנדערע ווען ער האט זיך צוריקגעצויגן פונעם נוקלעארן אפמאך מיט איראן און ווען ער האט באפוילן דאס עלימינירן א צאל עליטע מיטגלידער פון איראן'ס רעוואלוציאנערע גווארדיע.

דאנאלד טראמפ איז פאפולער ביים ארטאדאקסישן אידנטום, און זיין טאכטער איוואנקא האט זיך מגייר געווען און געהייראט א איד דזשערעד קושנער.

יוגנט און ביזנעס קאריערע

 
פרעד טראמפ, טאטע פון דאנאלד טראמפ

יוגנט

טראמפּ איז געבוירן אין ניו יארק אין אַ משפּחה פון דייטשע סקאטישע אפּשטאם, אַ מיטגליד פון דער אמעריקאנער פּרעסביטעריען קירכע. זיין זיידע, פרידריך טראמפּ, איז געבוירן אין קאלשטאדט אין די קעניגרייך פון בייערן (שפּעטער צוזאמגעשמאלצן מיט די דייטשער אימפעריע), האט אימיגרירט צו די פאַראייניגטע שטאַטן אין 1885, און האט אמעריקאניזירט זיין ערשטער נאמען צו פרעדריק ווען ער האט באקומען אמעריקאנער בירגערשאַפט אין 1892. אין די צייט פון די גאלד געלויף אין 1897, האט פרעדריק געבויט דריי רעסטוראנען מיט אַ האטעל אויף די וועג פון די גאלד מינעס וואָס איז געווען אין קלאנדיקע אין קאנאדע, אזוי האט ער געמאכט זיין ערשטער פארמעגן. דערנאך האָט ער זיך צוריקגעקערט צו זיין היימשטאט אין 1902, דארט האט ער חתונה געהאט מיט זיין פרוי, עליזאבעט. זיי האבן זיך אריבערגעצויגן קיין ניו יארק סיטי אום אויגוסט פונעם זעלבן יאר. צוליב זיין פרוי'ס בענקשאפט צו איר היימלאנד, האָט די משפּחה זיך אומגעקערט צו זייער געבורטסארט. ווען זיי זענען אנקגעקומען, האבן די דייטשע אויטאריטעטן באשלאסן אז פרעדריק האט עמיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן כדי זיך ארויסצודרייען פון באצאלן שטייערן און פון מיליטער דינסט אין דער דייטשער ארמיי, און אז ער האט פארלעצט א געזעץ וואס פארבאט אימיגראציע קיין צפון אמעריקע. אין רעזולטאט איז זיין דייטשע בירגערשאפט אפגערופן געווארן. ער האט פרובירט צו אפּעלירן דעם באשלוס אן ערפאלג, און אין 1905 האט ער אן קיין אויסוואל זיך געדארפט צוריקקערן צו די פאַראייניגטע שטאטן.

דאנאלד'ס פאטער, פרעד טראמפּ, איז געבוירן אקטאבער 11, 1905 אין קווינס. ווען ער איז געווען 15 יאר אלט, איז ער, אין די פיסטריט פון זיינע עלטערן, אריין אין די ריעל עסטעיט ביזנעס, און צוזאמען מיט זיין מוטער געגרינדעט די ארגאניזאציע "עליזאבעט טראמפ ענד סאן". ווען פרעד איז געווען 22 יאר אלט איז די ארגאניזאציע געווארן א פירמע. אין די 1920ער יארן, האט ער געבויט דירות אין קווינס, וועלכע זענען פארקויפט געווארן מיט א ביליגערע פרייז פון די מארקעט פרייז אין יענער צייט. אין די צווייטע וועלט קריג האט פרעד געבויט באראקן פאר די מיליטער, און נאך דער מלחמה האט ער פארברייטערט זיינע אפעראציעס און ער האט געבויט הייזער פאר די פאמיליעס פון מלחמה וועטעראנען. אין די פריע 1930ער יארן האט פרעד באגעגנט מערי מעקלעאד, וואס האט אימיגרירט מיט איר סקאטישע משפּחה פון די פאראייניגטע קעניגרייך. ער האט חתונה געהאט מיט איר אין יאנואר 1936 אין א צערעמאניע וואס איז געפייערט געווארן אין אַ פּרעסביטעריאנישע קירכע.

די פּארל האָט געוואוינט אין די דזשאמעיקא קוואַרטל אין די קווינס בארא, ניו יארק. דעם 5טן אפריל 1937 האבן זיי געבוירן זייער ערשטע טאכטער, מאריאנא טראמפ, און דערנאך זייער זון פרעדריק דזשוניער (1938–1981), עליזאבעט (געבוירן 1942), דאנאלד (געבוירן 1946), און ראבערט (1948–2020). דער עלטסטער ברודער, פרעד טראמפ דזשוניער, איז אַריין אין די פאמיליע ביזנעס, און האט זיך פארפּלאנטערט מיט זייער טאַטן און איז געגאנגען זיך לערנען צו ווערן אַ פּילאָט פאר ליפטליניעס. ער איז געשטאָרבן פון האַרץ פראבלעמען נאכן זיין צוגעבינדן צום ביטערן טראפ אין 1981 אין עלטער פון 43; דאנאלד טראמפּ שרייבט צו דער פאקט אז ער פארמיידט זיך פון אַלקאָהאָל און רייכערן צו זיין ברודער'ס גורל. טראמפ'ס יונגערע ברודער, ראבערט, איז אויך אריין אין די פאמיליע ביזנעס און איז געווארן א מענעדזשער. ראבערט טראמפ איז געשטאָרבן אין אויגוסט 2020. די טראמפּ שוועסטער זענען נישט געשטיפּט געווארן צו אַריינגיין אין די פאמיליע פירמע דורך זייער פאטער, וואס איז געשטארבן אין 1999. מאריאַנא טראמפּ האט געדינט אלס אַ ריכטער אין די פעדעראלע אפּעליר געריכט און די קאָלאָמביע דיסטריקט, דעקנדיג דעלעווער, ניו דזשערזי און פּענסילוואַניע; א שטעלע צו וועלכער פרעזידענט ביל קלינטאן האט איר אפוינטעד. עליזאַבעט טראמפּ האט געארבעט אלס אַן אדמיניסטראטיווע געהילף אין א באַנק.

 
טראמפ אין די מיליטירישע אקעדעמיע אין ניו יארק,1964

דאנאלד טראמפּ איז געבוירן געווארן יוני 14, 1946 צו פרעד און מערי טראמפּ אין קווינס. אלס קינד האט זיך דער טאטע אפט מיטגעטיילט מיט אים אין זיינע ביזנעס באשלוסן און אים אפילו געלאזט העלפן די ארבעטער ביי די בוי ארבעט פון די געביידעס. אין זיין יוגנט האט ער געוואלט אויסוואקסן אַ פאכמאנישער בעיסבאל שפּילער. ביי די 13 יאָר, צוליב פּראבלעמען מיט דיסציפלין וואס ער האט געהאט, האָט זיין טאטע באַשלאסן אים צו איינשרייבן אין דער מיליטערישע אקאדעמיע אין ניו יארק, וואו ער האט שטודירט 5 יאָר. ער איז דאָרטן אויפגענומען געוואָרן אלס א ​​קאפּיטאן פון אַ קליינע גרופע סאלדאטן און אלס טרעינינג אפיציר פון אַ באטאליאן, און האָט מארשירט אין שפיץ פון אַ מיליטערישער פּאראדע אין מאַנהעטן צום אפּצייכענונג פון קאָלומבוס טאג דעם אקטאבער 12, 1963. זייענדיג אין קאלעדזש איז ער געווען פארמישט אין די פראיעקטן פון זיין פאטער'ס ריעל עסטעיט פירמע, ער איז געווען געשטעלט מיט'ן ווידער־עפענען אן אפארטמענט קאמפלעקס אין סינסינאטי, אהייא, וואָס זיין פאטער האט געקויפט אין 1962. אין 1972 האט טראמפּ פארקויפט דעם קאָמפּלעקס פאַר 6.75 מיליאָן דאלער.

אין אויגוסט 1964 האָט ער אָנגעהויבן שטודירן אין דער פאָרדהעם אוניווערסיטעט אין ניו יאָרק. אין זיין דריטער יאָר איז ער געגאנגען לערנען עקאָנאָמיקס אין די וואַרטאָן שולע אין די אוניווערסיטעט פון פענסיוועילניע, שטודיעס פון וואס ער האט גראדואירט אין 1968. אין 1966 ווען ער האט נאך געהאלטן אינדערמיט פון זיינע שטודיעס האט ער באקומען אַן איינלאדענונג צו זיך אנשליסן אין די אמעריקאנער ארמיי אין ראם פון א דרעפט ווי מען האט זיך געדארפט רעקרוטירן בשעת די וויעטנאם מלחמה, אבער ער האט באקומען א פטור צוליב זיינע שטודיעס און מעדצינישע סיבות. אין יולי 1968 האט א לאקאלע רעקרוטינג באָרד אים כאראקטעריזירט אלס פּאסיג צו מיליטערישע דינסט. אין אקטאבער 1968, איז ער געווארן קאראקטיריזירט 1-Y: מעדיצינישע צושטאנד אפזאג, און אין 1972, איז ער געווען רעכאראקטעריזירט אלס 4-F צוליב ביינער פראבלעמען אין זיין פוס, וואָס האט אים דיסקוואַליפיצירט פון מיליטערישער דינסט פאר אייביג.

פּריוואט לעבן און משפּחה

אין 1977, האט טראמפּ געהייראט איוואנא זעלניקאָווא ווינקלמאַיר, אַ טשעכיש מויד, מיט וועמען ער האט דריי קינדער - דאָנאַלד דזשוניער, איוואַנקא און עריק - איידער די פּאָר זעבן זיך צעשיידט אין 1992. זייער פארהייראט לעבן, ווי אויך טראמפּ'ס ביזנעס אנגעלעגנהייטן, זענען כסדר געלופטערט געווארן אין די טאַבלויד פּרעסע אין ניו יארק סיטי אין די 1980ער. טראמפ האט געהייראט מיט'ן אמעריקאנער אקטריסע מארלא מעיפּלס וועלכע האט געבוירן טראמפ'ס פערטע קינד, טיפעני, אין 1993. זייער הייראט האט זיך געענדיגט מיט זייער צושיידונג אין 1999. אין 2005 האט טראמפ חתונה געהאט מיט דער סלאווענישער מויד מעלאַניאַ קנאוס, און זייער זון באַראן איז געבוירן געווארן דאס פאלגענדע יאר. מעלאַניא טראמפּ איז געווארן בלויז די צווייטע פרעמד-געבוירן ערשטע דאַמע פון די פאַראייניגטע שטאַטן ביי טראמפּ'ס איינשווערונג אלס פּרעזידענט אין 2017.

זיין טאכטער איוואנקא טראמפּ האָט זיך מגייר געווען צו אידישקייט איידערן חתונה האבן מיט דזשעראד קושנער. זי האָט איבערגענומען איר טאטן אין די געשעפטן בשעת ​​די פרעזידענטליכע וואלן אין 2016. איוואנקא האָט אויך געהאָלפן פירן דעם קאמפיין און האט געגעבן רעדעס אין שטיצע דערפון אין עטליכע סטעיטס אין די פאראייניגטע שטאטן. זיין זון עריק, סערווירט ווי געהילף פאַרוואַלטער אין זיין פירמע.

ביזנעס קאַריערע

 
טראמפ האטעל אין לאס וועגאס באדעקט מיט 24 קאראט גאלד

נאך זיינע שטודיעס איז ער ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין אקטיוויטעט אין זיין פאטער'ס ריעל עסטעיט פירמע וועלכע האט זיך באצויגן אויף פארדינגען פאר די מיטל קלאס פארדינער אין ברוקלין, קווינס און סטעטן איילענד. אין 1971 האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין מאנהעטן. ער איז אינעם זעלבן יאר געווארן די פירמע'ס טשערמאן און האט געטוישט די נאמען צו "טראמפ ארגאניזאציע". אין 1973 זענען פרעד און דאנאלד טראמפ, צוזאמען מיט זייער פירמע, אנגעקלאגט געווארן דורך די פ.ש. יוסטיץ דעפארטמענט מיט'ן אנגעבליך פארלעצן דעם פעיר האוזינג געזעץ (1968) ביים אפערירן 39 אפארטמענט געביידעס אין ניו יארק סיטי. די טראמפס האבן צוערשט קעגנגעקלאגט דעם יוסטיץ דעפארטמענט פאר 100 מיליאן דאלאר, באשולדיגנדיג שאדן צו זייערע רעפוטאציעס, און טענה'נדיג אז עס שטאמט פון דאס אומפארגינען דער וואוקס פון דער פירמע. אין 1975, זענען די זייטן צוגעקומען צו אן אפמאך.

צווישן די פראיעקטן אין וועלכע ער איז געווען פארמישט זענען טראמפ טאוער און טראמפּ ווארלד טאַוער אין ניו יארק, 'די טראמפּ געביידע' אין ניו יארק וואס ער האָט געקויפט און רענאווירט, טראמפּ פּארק עוועניו וואָס ער איבערגעמאכט צו א רעזידענטשעל געביידע, די טראמפּ פּלאזא האטעל און קאסינא, די טאַזש מאהאל האטעל און קאסינא, און די טראמפּ קאסטל האטעל און קאסינא אין אטלאנטיק סיטי, די פּלאזאַ האטעל אין ניו יארק וואס ער האט געקויפט אין 1988 און פארקויפט אין 1995, די טראמפּ האטעל אין לאס וועגאס, די מאראלאגא רעזארט אין פאלם ביטש ווי אויך רעזארט ערטער און גאלף פעלדער אין דער וועלט. ווען די אמעריקאנער עקאנאמיע איז אריינגעפאלן אין ריסעשאַן אין 1990, האבן אסאך פון טראמפ'ס געשעפטן געליטן, און פיר פון זיינע פירמעס זענען געגאנגען באנקראט.

טראמפּ האט געמארקעט זיין נאָמען ווי אַ ברענד אין פילע ביזנעס אונטערנעמונגען אַריינגערעכנט טראמפּ פינאַנציעל, אַ היפּאָטעק פירמע, און די טראמפּ אונטערנעמונג איניציאטיוו (אַמאָל טראמפּ אוניווערסיטעט), אַן אָנליין בילדונג פירמע מיט געוויכט אויף אויף גרונטאייגנס אינוועסמענט און אונטערנעמערשאפט. די לעצטע פירמע, וועלכע האט אויפגעהערט אפערירן אין 2011, איז געווען דער ציל פון קלעס-עקשן קלאגעס פון געוועזענע סטודענטן און א באזונדערע קלאגע פונעם אטוירני גענעראל פון ניו יארק סטעיט, באשולדיגנדיג שווינדל. נאכ'ן ערשט לייקענען די באשולדיגונגען, האט טראמפ געשלאסן די קלאגעס פאר 25 מיליאן דאלאר אין נאוועמבער 2016. אין 2019, מער ווי צוויי יאר אין זיין פרעזידענטשאפט, האט טראמפ איינגעשטימט צו באצאלן 2 מיליאן דאלאר אין שאדנס און דעקלערן שולד צו שליסן נאך א פראצעס דורכ'ן אטוירני גענעראל פון ניו יאָרק, וועלכער האָט אים אָנגעקלאָגט אין אומלעגאל נוצן די פארמעגן פון זיין טשאריטי, די טראמפּ פונדאציע, צו פינאַנצירן זיין פּרעזידענטליכע קאמפיין אין 2016. אלס טייל פונעם סעטלמענט, האט זיך דער טראמפ פונדאַציע אויפגעלעזט.

טראמפ איז דער גרינדער פון דער פירמע "טראמפ פארוויילונג רעזאָרטס", וועלכע פארנעמט זיך מיט בוי ארבעט, אפעראציעס פון ​​געביידעס, קאַסינאָס, קולטור-אינסטיטוציעס און האָטעלן איבער דער וועלט. זיין פארשווענדענישע לעבנס שטייגער, האט אים געמאכט בארומט אין די לעצטע יאר־צענערס פונעם 20טן יאָרהונדערט. אנהייב 21סטן יארהונדערט איז ער אויך געווען א בארימטע טעלעוויזיע פערזענליכקייט א דאנק א פאפולערע רעאליטעט טעלעוויזיע פראגראם וואס ער האט פארגעשטעלט מיטן נאמען "The Apprentice", וואס איז געלאפן אין די יארן 2004–2015.

פארמעגן

טראמפ איז ווארשיינליך דער ערשטער ביליאנער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, און בפרט דער רייכסטער. די פּינקטליכע ווערד זיינע איז אומבאַקאַנט און איז שנוי מחלוקת. אין 2005, איז ארויגעקומען טימאטי ברייען'ס בוך "טראמפ נעישאן: דע ארט אף ביאינג א דאנאלד". אינעם בוך שטייט אז די ווערד פון טראמפ'ס פארמעגן באשטייט צווישן 150 און 250 מיליאן דאלאר, און אז ער איז א "מיליאנער" און נישט קיין "ביליאנער", ווי טראמפ שרייט. אין רעאקציע האט טראמפ אריינגעגעבן א באשמוצונג אנקלאגע קעגן דעם שרייבער. יולי 17, 2009 האט דער סופּרים קאורט פון ניו דזשערזי ארויסגעווארפן די קלאגע, און געאורטיילט אז ברייען האט נישט באשמוצט טראמפ ווען ער האט גע'טענה'ט אז זיין ווערד איז פיל נידריגער ווי טראמפ האט געשריגן. דער געריכט האט נישט דיסקוטירט די פראגע פון ​​די ריכטיגע ווערד פון טראמפ'ס פארמעגן.

פארבס שאצט טראמפ'ס פארמעגן אין 2020 ביי 2.1 ביליאן דאלאר, אין פארגלייך צו די 4.5 ביליאן דאלאר פון 2016[1]. טראמפ האט קיינמאל נישט אפיציעל ארויסגעגעבן זיינע שטייער רעקארדס, דערפאר איז אוממעגליך צו וויסן מיט זיכערקייט וויפיל ער איז ווערד. בשעת די 2016 פּרעזידענטליכע וואלן קאמפיין, האט די ניו יארק טיימס אויפגעדעקט טייל פון טראמפּ'ס שטייער ריטערנס פון 1995 פון וואָס עס ארויסגעקומען אַז ער האט פאלוירן 916 מיליאָן דאלער יענער יאָר. דאָס האָט אים ערמעגליכט צו רעכענען די פארלוסטן אין די פאלגענדע יארן און אויסמיידן צאלן שטייערן. ביי איינע פון ​​די פרעזידענטליכע דעבאטעס האט טראמפ געזאגט אז ער האט נישט באצאלט שטייערן ווייל ער איז קלוג.

ווערק

טראַמפּ איז דער ארויסגעבער פון עטליכע שטארק פאפולערע ביכער. צווישן זיי דער גאר אויפגעכאפטע בוך 'דער קונץ פונעם געשעפט' (The Art of The Deal), וואס רעדט איבער וויאזוי צו פירן און שליסן געשעפטליכע פארהאנדלונגען.

אויך האט ער א יאר פאר דער סעפטעמבער 11 אטאקע אויף די צווילונג וואלקן קראצערס אין מאנהעטן ארויסגעגעבן די בוך 'די אמעריקע וואס מיר פארדינען זיך' (The America We Deserve), אין וועלכע ער זאגט פאר אז טעראריסטן זענען נישט ווייט פון צו נוצן עראפלאנען אויסצופירן א שרעקליכע טעראריסטישע אטאקע אויפן אמעריקאנעם באדן. אין זיין בוך קריטיקירט ער די צוגאנג פון דער דעמאלטס'דיגער רעגירונג, וואס ברענגט נישט קיין גוטע קאנסעקווענצן.

2016 פּרעזידענטליכע וואַלן

רעפובליקאנער פארטיי נאמינאציע

 
טראמפ'ס קאמפיין לאגא

טראמפ איז געווען א מיטגליד אין דער דעמאקראטישער פארטיי ביז 1987, דערנאך איז ער געווארן א מיטגליד אין דער רעפובליקאנער פארטיי ביז 1999. פון דעמאלט ביז 2001 האט ער געשטיצט די רעפארם פארטיי. אין 2001 האט ער זיך אומגעקערט צו דער דעמאקראטישער פארטיי ביז 2009. אין 2008 האט ער אפילו אויסגעדריקט שטיצע פאר די אימפיטשמענט פון פרעזידענט דזשארזש וואקער בוש. דערנאָך איז ער צוריק געווארן אן אָנהענגער פון דער רעפובליקאנער פארטיי, אויסער אַ קורצע צייט אין 2011–2012 ווען ער איז געווען אומאפהענגיג. ער האָט אויסגעדריקט אינטערעסע אין קאנדידאטירן פאר דער רעפובליקאנער פרעזידענטליכע נאמינאציע פון 2012, און מען האט געזאגט אויף אים אז ער איז איינער פון די מערסט פאפולערע קאנדידאטן צו לויפן אין די 2012 פריימעריס פון דער רעפובלוקאנער פּאַרטיי. מיט אלעם איז ער דערמאלט נישט געלאפן פאר אמט.

 
דאָנאַלד טראַמפּ טראָגט א מאגא (מאַך ווידער גרויס אַמעריקע) רויטן היטל ביי אַ קאַמפּיין ראלי אין פאונטען הילס, אַריזאָנא, מערץ 2016.

דעם 16טן יוני, 2015, האָט ער געמאָלדן זיין קאַנדידאַטור פאַר די 2016 פּרעזידענטליכע וואלן מטעם דער רעפובליקאנער פארטיי אונטערן שלאג־ווארט "מאַך אַמעריקע ווידער גרויס" (Make America Great Again). ביים אוונט אינעם טראמפ טאַוער וואו ער האט געלאזט אין גאנג זיין קאמפיין, האט ער דערקלערט אז ער וועט בויען א וואנט צווישן מעקסיקא און די פאַראייניגטע שטאטן, און אז עס זענען דא ​​אומלעגאלע אימיגראנטן וואס כאפן זיך אריין צו די פאראייניגטע שטאַטן פון מעקסיקא וואס ברענגען אריין דראגס און פארברעכנס, דאס האט אנגעדרייט א שטורעם ביי די מידיע און די אמעריקאנער פּאליטישע סיסטעם, און איז געווארן קריטיקירט אויך פון מיטגלידער פון זיין פּאַרטיי, אַריינגערעכנט דזשעב בוש, ריק פּערי, מיט ראמני און מארקא רוביא. ער איז שפעטער קריטיקירט געווארן פאר'ן אטאקירן סענאטאר דזשאן מעקעין, וועלכער האט געזאגט לויט אים אז די 15,000 מענטשן וועלכע זענען געקומען צו טראמפ'ס ראלי זענען משוגעים, זאגנדיג אז אין זיינע אויגן איז מעקעין, וועלכער איז געפאנגען אין די וויעטנאם קריג, נישט קיין מלחמה העלד. אויך איז ער קריטקירט געוארן פאר זיין רוף אין דעצעמבער 2015 צו פארבאטן מוסולמענער אריינצוקומען אין די פאראייניגטע שטאטן ביז די רעגירונג וועט אנאליזירן פובליק מיינונג אנקעטעס אין דער מוסולמענער וועלט לויט וועלכע מערסטנס מוסולמענער דערקלערן האַס צו אמעריקאנער און וועט באשליסן ווי אזוי צו האנדלען מיט דעם. די פויפסט פראַנציס האט געזאגט אז ווער עס האלט אז מען דארף בויען ווענט און נישט בריקן איז נישט קיין קריסט. טראמפ האט געענטפערט אז די סטעיטמענט פונעם פויפסט איז שענדליך און אז קיין פירער, ספעציעל א רעליגיעזער פירער, האט נישט די רעכט צו צווייפלען אין א צווייטנ'ס גלויבונג.

טראמפ האט גענאסן פון א שטענדיגע אויבערהאנט אין אנקעטעס צווישן די רעפובליקאנער פארטיי קאנדידאטן און אינעם פארנעם פון מידיע דעקונג דורכאויס די קאמפיין. ער האט זיך פארמאסן אנטקעגן זעכצן אנדערע מאכטפולע קאנדידאטן, אריינגערעכנט בען קארסאן און גאווערנארס ווי זשעב בוש דער גאווערנאר פון פלארידע, קריס קריסטי דער גאווערנאר פון ניו דזשערסי און דזשאן קעסיג דער גאווערנאר פון אהייא, און סענאטארן ווי טעד קרוז פון טעקסאס און מארקא רוביא פון פלארידע. אבער רוב פון זיי האבן זיך ארויסגעצויגן שוין אין די ערשטע פאזעס פונעם פארמעסט איינזעענדיג אז זיי האבן נישט קיין אויסזיכטן, מיטן אויסנאם פון געציילטע קאנדיטאטן ווי טעד קרוז, וועלכער האט געוואונען די וואלן אין א רייע שטאטן און איז געבליבן אינעם פארמעסט ביז כמעט צום סוף ווען עס איז קלאר געווארן אז טראַמפּ האט געוואונען די מערהייט פון די דעלעגאטן. אין די פריימעריס וועלכע האבן זיך אנגעהויבן אין פעברואר 2016 איז ער אריינגעקומען דער צווייטער אין די אייאווע קאוקוסעס (נאך טעד קרוז) און דער ערשטער אין די ניו העמפשיר פריימעריס, די דרום קאראליינע פריימעריס און די נעוואדע קאוקוסעס. אויך אין די וואלן אין 13 שטאטן אין מערץ 1, "דעם גרויסן דינסטאג", האט טראמפ געוואונען די גרעסטע צאל שטימען צווישן די קאנדידאטן. בשעת דער קאמפיין האט ער באקומען די שטיצע פון ​​עלטערע רעפובליקאנער ווי סערע פעילין, קריס קריסטי, רודי דזשוליאני און דזשעף סעשאנס, הגם רוב פון די רעפובליקאנער עסטעבלישמענט איז נישט געווען צופרידן פון זיין קאנדידאטור, סיי צוליב זיינע פאליסיס און סטיל, און אויך אויס זארג אז זיין כאראקטער וועט מאכן שווער פאַר די פּאַרטיי צו געווינען די וואַלן.

ביי זיין קאמפיין האט טראַמפּ אויסגעגעבן דאס ווייניגסטע געלט פון אלע קאנדיטאטן, און דאך האט ער געבראכן די רעקארד באקומענדיג די מערסטע צאל שטימען פון סיי וועלכע רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט אין היסטאריע.


די אַלגעמיינע וואַלן

 
טראמפ ביי א קאמפיין ראלי אין אריזאנע, אוגוסט 2016

אין מאי 2016 האט ער געוואונען די פריימעריס אין אינדיענע מיט אן איבערוויגנדע מערהייט. דעריבער האבן טעד קרוז און דזשאן קעיסיק זיך ארויסגעצויגן פונעם געיעג און טראמפ איז געבליבן דער איינציגסטער קאנדידאט פון דער רעפובליקאנער פארטיי. מאי 26, 2016 האט טראמפ מצליח געווען אנצוקומען צו די געפאדערטע סומע פון דעלעגאטן וואס פאדערט זיך צו פארזיכערן מיט די נאמינאציע, און ביי דעם קאנווענטשאן פונעם פארטיי אין יולי 2016 איז ער געווארן דער אפיציעלער קאנדידאט פארן פרעזידענטשאפט. עטלעכע טעג פריער, האט ער גענומען דער גאווערנאר פון אינדיאנא, מייק פּענס, אלס זיין מיטלויפער פאר ​​וויצע פּרעזידענט.

טראמפ'ס געלויף איז געווען אומגעווענליך צוליב די פילע אטאקעס וואס ער האט געכאפט פון די מידיע און זיינע קעגנער און צוליב זיינע שארפע רעאקציעס אויף די אטאקעס. בשעת אַן אינטערוויו מיט די סי.בי.עס מידיע נעטווארק, האָט ער געזאגט וועגן מוסלומענער, אַז הגם ער האָט נישט ליב פּראופיילינג, איז צייט אָנצוהויבן קלערן דערוועגן, ווי עס ווערט סוקסעספול דורכגעפירט אין מדינת ישראל און אין אנדערע לענדער. ביים דעמאקראטישע קאנווענשאן האבן גערעדט די עלטערן פון אן אמעריקאנער מוסלומענער זעלנער וואס איז גע'הרג'עט געווארן בשעת'ן דינען אין איראַק, און האבן אטאקירט טראמפּ פאַר זיינע ווערטער. טראמפ האט זיך שארף אויסגעדרוקט קעגן דער דעמאקראטישער קאנדידאט, הילארי קלינטאן, און האט איר אנגערופן דורכאויס דעם קאמפיין "קרומע הילארי" (Crooked Hillary). ער האָט אויך גענוצט פארשעמענדע טערמינען קעגן זיינע קעגנער אינעם רעפובליקאנער פארמעסט, ווי "קליינע מארקא" (סענאטאר מאַרקאָ רוביאָ) און "טעד דער ליגנער" (סענאטאר טעד קרוז).

 
רעזולטאַטן פון די פּרעזידענטליכע וואַלן, 2016.

אָקטאָבער 8, 2016 האט ארויסגעליעקט אַ ווידעא פון ​​2005, אין וועלכן מען האָט געהערט טראמפ רעדן מיט א פארוויילונגס זשורנאליסט אין א פראסטע שפראך, און אז "ווען דו ביזט א שטערן…קענסטו טון סיי וואס" מיט פרויען. כאטש טראמפ האט אוועקגעמאכט דעם שמועס אלס "לאַקער צימער רעדן", האבן ענדליך מער ווי צוויי טוץ פרויען גע'טענה'ט אז זיי זענען געטשעפעט און אַטאַקירט געווארן דורך טראמפ אין דער פאַרגאַנגענהייט (עטליכע פון די באשולדיגונגען זענען געמאכט געווארן נאכדעם וואס טראמפ איז געווארן פרעזידענט). דורכאויס די קאמפיין האבן טראמפ און זיינע לעגאלע פארטרעטערס בכלל געלייקנט די באשולדיגונגען און געזאגט אז אלע פרויען האבן ליגנט געזאגט און אז זיי זענען פינציאנירט געווארן דורך די קלינטאן קאמפיין מיטן ציל אים צו באשמיצן; זיי האבן אויך אנגעמערקט אַז ביל קלינטאן איז פריער באשולדיגט געווארן מיט ענליכע טאהטן. טיילווייז צוליב דעם ווידיאו, איז טראמפ'ס שטיצע צווישן פרויען וויילער — שוין זייענדיג נידעריג — ווייטער פארגאנגען, און טייל רעפובליקאנער האבן אנגעהויבן צוריקציען זייערע אינדארסירונגען.

דורכאויס די טעג איידער די 2016 אלעגמיינע וואלן זענען פארגעקומען, האבן אלע מידיע נעצן, אנקעטע נעמער און סטאטיסטיקער פארגעשאצט א קלארע געווינס פאר זיין דעמאקראטישע קעגנער הילערי קלינטאן. ווען עס אבער געקומען די נאכט פון די וואלן (דינסטאג לך תשע"ז) האט זיך ארויסגעשטעלט אז טראמפּ האט געווינען אלע סווינג שטאטן, אריינגערעכנט אזעלכע שטאטן ווי פענסילוועניע, מישיגן און וויסקאנסין וואס א רעפובליקאנער האט זיי נישט געוואונען זינט די 1980 יארן, און דערמיט געווינען דאס פרעזידענט בענקל אלס טאטאלע סורפרייז. קלינטאן האט טאקע באקומען א צוויי מיליאן מער שטימען דורכאויס גאנץ אמעריקע צוליב די פילע שטימען וואס זי באקומען אין די געציילטע שטארק באוואוינטע שטאטן, אבער טראמפּ האט למעשה געוואונען די וואלן וויבאלד ער איז אריינגעקומען דער געווינער אין רוב שטאטן, באקומענדיג 306 עלאקטארעלע שטימען, אנטקעגן קלינטאנס 232 עלאקטארעלס.

ביי די אלגעמיינע וואלן וואס איז פארגעקומען נאוועמבער 8, 2016, האט טראמפ באקומען 46.1% פון די שטימען, 2.9 מיליאן שטימען ווייניגער ווי זיין קעגנער, אבער ער האט געוואונען אין 30 שטאַטן וועלכע האבן אים געגעבן 306 פון 538 עלעקטארעל קאלעדזש שטומען (57%), און איז ערוויילט געווארן אלס דער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. דורכאויס דעם וואל קאמפיין איז קלינטאן געווען פאראויס אין א מערהייט פון אנקעטעס, און דערפאר איז טראמפ'ס זיג אויפגענומען געווארן דורך די מידיא און די מאסן מיט איבערראשונג. טראמפּ איז דער פינפטער פרעזידענט ערוועלט אָן באקומען אַ מערהייט פון די פּאפּולערע שטימען (פאר אים זענען געווען דזשאן קווינסי עדעמס, ראטערפארד העיס, בענדזשעמין העריסאן, און דזשארדזש וואקער בוש), און דער ערשטער פּרעזידענט אן פּאליטישע אָדער מיליטערישע ערפאַרונג פון פריער. ביי זיין איינשווערונג איז טראמפ געווען דער עלטסטער פרעזידענט אין דער צייט פון אריינוועלונג, זייענדיג 70 און זיבן מאנאטן (די פריערדיגע רעקארד איז געהאלטן געווארן דורך ראנאלד רעיגען, וועלכער איז געווען 69 אנהייב פון זיין טערמין. טראמפ'ס נאכפאלגער און הויפט קעגנער אין די 2020 וואלן, דזשאו ביידען האט געבראכן זיין רעקארד און איז געווארן איינגעשוואוירן אין עלטער פון 78). ער איז אויך געווען דער רייכסטער מענטש צו זיין פרעזידענט (די פריערדיגע רעקארד איז געהאלטן געווארן דורך דזשארזש וואשינגטאן).

פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן (2017–2021)

 
אין אן ערשטע שמועס מיט פרעזידענט באראק אבאמא אינעם אוועל אפיס, נאוועמבער 2016

יאנואר 20, 2017, איז ער געווארן איינגעשוואוירן אלס פּרעזידענט דורך דער הויפט פון דער העסטער געריכט. אויף טראמפ'ס איניציאטיוו האט זיך, אויסער דעם גלח, אויך באטייליגט א רב (מארווין הייער) אין דער איינשווערונג צערעמאָניע, וועלכער האָט געהאַלטן אַ רעדע. טראמפ האט באשטימט די גענעראלן דזשעימס מאטיס און דזשאן קעלי אלס סעקרעטאר פון פארטיידיגונג און סעקרעטאר פון היימלאנד זיכערהייט,, סענאטאר דזשעף סעשאנס אלס אטוירני דשענערעל, און רעקס טילערסאן אלס סעקרעטארי אוו סטעיט. שפעטער האט טראמפ באשטימט דעם פארזיצער פונעם רעפובליקאנער נאציאנאלן קאמיטעי ריינס פריבוס אלס דער הויפט פונעם שטאב פונעם ווייסן הויז, דער פארוואלטער פון זיין וואל קאמפיין גענעראל מייקל פלין אלס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער. סטיוו באנן, זיין טאכטער ​​איוואנקא טראמפ, זיין איידעם דזשאַרעד קושנער און זיין קאמפיין פאַרוואַלטער קעלעין קאוועי, זענען באשטימט אלס אדווייזערס. אין מערץ 2018 האט טראַמפּ געווארפן טילערסאָן פון אמט און באשטימט מייק פּאָמפּעאָ, דער געוועזענער הויפּט פון די סי.איי.עי אויף דיין פלאץ.

אימפיטשמענט

טראמפ איז אין לויף פון זיין פיר יאר אלס פרעזידענט אימפיטשט געווארן צוויי מאל - דער איינציגסטער אמעריקאנער פרעזידענט מיט אזא רעקארד.

פּאָליטישע שטעלעס

אינערן פאליסיס און עקאנאמיע

אין צוגאב, האט טראמפ צוגעזאגט צו אנולירן מעדיצינישע אינשורענס וואס דער פריעדיגער פרעזידענט אבאמא האט אויפגעשטעלט (באקאנט אלס אבאמא-קער),, און עס ערזעצן מיט אן אנדער מעדיצינישע אינשורענס פראגראם. ער שטיצט פארגרעסערן די בודזשעט פון די מיליטער פון די פאַרייניגטע שטאַטן, און פארגרעסערן הילף צו וועטעראנען. טראמפ שטיצט א פאליסי פון אומאפהענגיגע באנוץ פון ענערגיע קוואלן, און איז קעגן אמעריקאנער אנגעוויזנקייט פון די ענערגיע צו ​​אנדערע לענדער, מיטן ציל צו שאפן נייע דזשאבס פאר די אמעריקאנער פאלק. ער האט צוגעזאגט דורכצופירן ברייטע שטייער שניט פאר אלע שיכטן פון דער באפעלקערונג, צוזאמען מיט ברייטע אינוועסטמענטס אין אינפראסטראקטור.

טראַמפּ איז קעגן די ערלויבן פון שוואכע דראגס, מיט א אויסנאם פון מעדיצינישע קאנאביס, בשעת זיין אַדמיניסטראַציע האט גענומען אַן אנטי קאנאביס שטעלונג און אנולירט די אבאמא תקופה פּאָליסי וואס האט צוגעשטעלט שוץ פאַר שטאטן וואס ערלויבן עס. ער שטיצט טויט שטראף און זיכער פּייניגונג מיטלען.

אינערן פאליסי

צווישן טראמפ'ס הויפט דערגרייכונגען אין די אינערן פאליסי זענען שטייער שניטן, גרינגער מאכן די רעגולאציעס אויף ביזנעסער און די ארויפשטעלן קאנסערוואטיווע ריכטער אויף די העכסטע געריכט, געביטן אין וועלכע ער האט מקיים געווען זיינע צוזאגונגען. דעם 31סטן יאַנואַר 2017 האָט ער געשטעלט ניעל גורסידזש, וועלכער ווערט באַטראכט ווי אַ קאנסערוואטיווער, צום העכסטן געריכט צו אנפילן דעם ליידיגן זיץ וואס איז ליידיג געווארן נאך דעם טויט פון קאָנסערוואַטיוון ריכטער אנטאנין סקאליע. גורסידזש איז באשטעטיגט געווארן דורך דעם סענאט. דעם 14טן פעברואר, האט דער נאציאנאלער זיכערהייטס אדווייזער מייקל פלין רעזיגנירט פון זיין אמט, נאכדעם וואס עס איז געווארן באקאנט אז ער האט באהאלטן פאר וויצע פרעזידענט פענס אז ער האט זיך באגעגנט מיטן רוסישן אמבאסאדאר. נאָך אַ וואך, האט טראַמפּ באשטימט הערבערט רעימאָד מאקמאסטער אין זיין ארט. פעברואר 28, האט טראַמפּ געגעבן זיין ערשטער רעדע צו קאנגרעס אין וואס ער דערקלערט די יסודות פון זיין אינערן פּאָליסיס.

דעם 9טן מאי 2017 האט טראמפ ארויסגווארפן די עף-בי-איי דירעקטאָר דזשעמס קאמי. אין יולי האט ווייסע הויז ווארטזאגער שאן ספּייסער רעזיגנירט, און איז איבערגנומען געווארן דורך שרה הוקאבי סאנדערס. אין דעם זעלבן חודש, איז דער הויפט פונעם שטאב פונעם ווייסן הויז רעינס פריוועס ארויסגעוואפן געווארן און ערזעצט געווארן דורך דזשאן קעלי. אין אויגוסט, האט ער דעווארפן זיין אַדווייזער סטיוו באנאן. דעם 13טן מערץ 2018 האט ער ארויסגעווארפן סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן, און באשטימט די סי.איי.עי. הויפט מייק פאמפעאו אים צו ערזעצן. אויף 22 מערץ 2018, האט דער נאשאנאל סעקוריטי אדווייזער הערבערט ריימאנד מאקמאסטער רעזיגנירט. דזשאן באלטאן האט אים אפיציעל ערזעצט אויף אפריל 9, 2018, ביז מען האט אים געווארפן אין סעפטעמבער 2019.

יולי 9, 2018, האט טראַמפּ געלאזט וויסן אַז ריכטער ברעט קאוואנאו איז זיין קאַנדידאט פאר די העכסטע געריכט. אין יולי 2019, איז סטעפאני גרישמאן געווארן באשטימט אלס ווייסע הויז ווארטזאגערין אנשטאט שרה הוקאבי סאנדערס און אלס ווייסע הויז קאמוניקאציע דירעקטאר. אום 2020, נאך דעם טויט פון די העכסטע קאורט ריכטערין רות באדער גינסבערג, האט טראמפּ די געשטעלט אמי קאני באַררעט, אַ געזעץ פּראפעסאר אין די אוניווערסיטעט פון נאטערדאם. דער פארהער איבער איר שטעלונג אינעם סענאט האט זיך אנגעהויבן דעם 12טן אקטאבער 2020. דעם 26סטן אקטאבער איז ענדלעך באשטעטיגט געווארן דורך א אפשטימונג אז זיזאל געשטעלט ווערן אלס ריכטערין מיט א מערהייט פון 52 קעגן 48, און דעם זעלבן טאג איז זי איינגעשווארן געווארן אין די ווייסע הויז אלס ריכטער פונעם העכסטע געריכט. דאס איז די נאענטסטע צו די פרעזידענטליכע וואלן אין דער היסטאריע פון ​​די פאראייניגטע שטאטן אז מען שטעלט א סופרים קארט ריכטער. מיט טראַמפּ'ס איר שטעלן אלס ריכטער, האט צוגעברענגט, דאס אנולירן די פסק פון ארויסגעבן לייסנס צו קענען טראגן וואפן באהאלטענערהייט.

עקאנאמיע, האַנדל מלחמה, ענערגיע און קלימאט

די עקאנאמישע וואקס וואס האט זיך אנגעהויבן אין יוני 2009 האט זיך געצויגן אין די ערשטע צוויי יאר פון טראמפ'ס טערמין, מיט'ן יערליכע דזשי די פי וואוקס איז געשטיגן מיט2.9% אין זיין צווייטן יאר אין אמט. די ארבעטסלאזיקייט ראטע איז געפאלן, ביז אונטער 4%, מיט בלויז מעסיגע אינפלאציע. די דאו דזשאנס איז געוואקסן מיט 25.9% אין טראַמפּ'ס ערשטער צוויי יאָר אין אמט, די בעסטע צווישן אלע פּרעזידענטן זינט פרעזידענט פארד. אין טערמינען פון דזשי די פי לויט די פאפילאציע, איז דער אינדעקס געוואקסן מיט 3.6% אין 2017, 4.92% און אין 2018, 3.51% און אין 2019 און איז געפאלן מיט 2.66% אין 2020 (אין רעזולטאט פון איינצוימונגען געשטעלט אויף די עקענאמיע ביי די קאראנע עפּידעמיע). אין די ענדע פון זיין פרעזידענשאפט, האט דער דאו דזשאנס אינדעקס אים געלייגט דער פערטער פון אַלע אמעריקאנער פרעזידענטן, מיט אַ דורכשניט פון א יערליכע וואוקס אין די סטאק מארקעט פון 13.7% (הינטער באראק אבאמא: 13.8%, ביל קלינטאן: 15.2% און קאלווין קולידזש: 26.1% ).

אום 23סטן יאנואר 2017 האט ער אונטערגעשריבן א פארארדענונג צוריקצוציען די פאראייניגטע שטאטן פון די טראנס-פּאסיפיק אפמאך און איינגעמאלדן אז ער האט אין פלאן אויך ארויסצוציען די פאראייניגטע שטאטן פון דעם צפון אמעריקאנער פריי האנדלס אפמאך. ער האָט אנולירט אַ פארבאט פון זיין פאגייער אין אָפיס צו בויען צוויי אויל פּייפּליינס. דעם 2טן דעצעמבער 2017, האט דער סענאט באשטעטיגט די שטייער רעפארמען פון טראמפ, אין מערץ 2018 האט טראַמפּ ארויפגעלייגט אימפארט טאריפס פון 25% אויף שטאל און 10% אויף אַלומינום צו די פאַרייניגטע שטאטן, און האט איינגעצוימט די שטייער פאלייכטערונגען אויף קאנאדע, מעקסיקא און אנדערע לענדער. יוני 15, 2018, טראַמפּ ארויפגעלייגט אימפּארט טאריפס פון ארום 25% אויף 50 ביליאָן דאלער ווערט פון סחורה אימפּארטירט פון כינע. און אלס א ענטפער האט די כינעזישע מיניסטעריום פון האנדלונג מודיע געווען אז זיי לייגן ארויף טאריפס אויף אמעריקאנער פּראָדוקטן אין דער זעלבער גרויס. דעם זאך האט אנגעפאנגען די האנדל'ס קריג צווישן די פאַרייניגטע שטאטן און כינע.

טראמפ האט אויך ארויפגעלייגט טאריפס אויף פארשידענע פראדוקטן אימפארטירט פון דעם אייראפעאישן פאראיין, וואס האט אין רעאקציע אויך ארויפגעלייגט טאריפס. נאכדעם וואס טראמפ האט געסטראשעט אריינצושטעלן 20 פראצענט טאריפס אויף קאר אימפארטן, האט טראמפ זיך געטראפן מיט דזשאן קלאד דזשונקער, דעם פרעזידענט פון דער אייראפעאישער קאמיסיע, און דערגרייכט אן אפמאך אין וועלכע מען וועט מער נישט ארויפלייגן טאריפס, און די אויפגעלייגטע טאריפס וועלן נאכאמאל דורכקעקוקט ווערן. אין אלס אפצאל וועט אייראָפּע אריינקוקן אין פרייַערדיגע טאריפס, ווי אויך צו אימפטירן מער גאז און סוי באנדלעך פון די פאַרייניגטע שטאטן.

27 אויגוסט 2018, האט די פאַרייניגטע שטאטן און מעקסיקא אונטערגעשריבן אַ נייע האנדלס אפמאך צווישן זיי. אין אנהויב פון אקטאבער, האט קאַנאַדע זיך אויך איינגעשריבן די אפמאך.די אינטערנאציאנאלע געלט פאנד האט געמאלדן אַ גלאבאלע עקאנאמישע פאשטייטערונג אין 2019 נאָך די אמעריקע-כינע האַנדלס קריג. . אין 2018, די ערשטער מאָל זינט 1990, איז געווען אַ 6% פאַרקלענערונג אין די אויספארקויף פון נייע קאַרס אין דאס לאנד. אויך ווען עס קומט צו אַפּגרעידן צו די נייעסטע סמארטפאונס, איז געווען אַ פאשטייטערונג. אין 2018 עס איז געווען אַ 15.5% פארקלענערונג אין סמארטפאנס פארקויפונג און אין די ערשטער צען חדשים פון 2019 איז דאס פארקויפונג אראפ מיט נאָך 5.8%. אין דעצעמבער 2019, דער איינציגסטע סמאַרטפאנן פאַבריקוואס איז געווען אין אַ פאזעטיווע צייט אין כינע איז געווען האוועי, וואָס האט באקומען נאציאנאלע שטיצן פאַר זיין דער ציל פון די אטאקעס דורך פאראייניגטע שטאטן. אין די פארייניקטע שטאַטן, האט די האנדלס קריג געשאפן ראנגלענישן דורך פארמערס און פראדוצירער און געהעכערט די פרייזן פאַר קאנסומערס, וואָס האט צוגעברענגט די אמעריקאנער עקענאמיע צו אלייכטע רעסעסשאן.

נאָך געשפרעכן צווישן די פאראייניגטע שטאטן און כינע. אין יוני 2019, האבן פרעזידענט טראמפ און דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג באַשלאסן צו באשיידן די קאנפליקט. אין יאנואר 2020, איז א נייע האַנדלס אפמאך איז אונטערגשריבן געווארן צווישן די לענדער. אין 2020, האט זיך אנגעהויבן אויל פּרייז קריג צווישן סאַודי אראביע און רוסלאנד. פרעזידענט טראמפ איז געווען אריינגעמישט אין די געשפרעכן פון די אפמעך וואָס האָט געענדיגט די קריג[103]. אין דער זעלבער צייט, איז געווען א גלאבאלע עקאנאמישע קריזיס אנגעהויבן נאך די צוימונגען ארויפגעלייגט אויף ציווילע טעטיקייט און באוועגונג רעכט צוליב די אויסברוך פון די קאראנע עפּידעמיע אַרום די וועלט.

טראַמפּ'ס שטיצט צו אויפבויען אונדאסריאלע ביזנעס אינערהאלב אמעריקע, מיט דער ציל פון צוימען די אפהענגיקייט אויף טויל פון די מיטל מזרח, און מאַכן די פאַרייניגטע שטטן אַ ענערגיע גרויסמאכט עקספּארטירער. זיינע אַדווייזערס זענען פאטאַ א ווייניגער רעגולירטע ענערגיע מארקעט, אן ווייל זיי זעען נישט קלימאט טויש ווי א סכנה, זיי האלטן נישט אז באלדיגע שריט דארף גענומען ווערן. טראמפּ האט אפגעווארפן די וויסנשאפטלעכע שטודיעס אויף קלימאט ענדערונג. ער האָט גערופן די ענוויראנמענטאל פּראטעקשאן אַגענטור (עפּאַ) אַ "שאַנד" און האט געסטראשעט צו שניידן איר בודזשעט. טראַמפּ האָט צוגעזאָגט בשעת זיין וואל קאמפיין צו ארויסציען אמעריקע פון די פּאריז קלימאט אפמאך, וואָס רופט פאַר די רעדוקציע פון ​​קארבאן באנוץ אין מער ווי 170 לענדער, יוני 1, 2017, ער האָט געמאלדן אז זיין פלאן צו זיך צוריקציען פון די העסקעם. דעם 4טן נאוועמבער 2019 האט די פאראייניגטע שטאטן געמאלדן ביי די יו ען איר פלאן זיך צוריקצוציען פונעם פאריז אפמאך, לויטן אפמאך קען א לאנד זיך ארויסציען פון דעם אפמאך איין יאר נאכן ארייגעבן אן אפיציעלע ביטע זיך אויסצוציען .

אימיגראציע

 
טראמפ שרייבט אינטער אויפ'ן "טרעוול בען". פון אינטער אים שטייען פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מאטיס און וויצע פרעזידענט מייק פענס. 27 יונואר 2017

ווי ער האט צוגעזאגט דורכאויס זיין וואל קאמפיין, האט טראמפ ארויסגעגעבן באפעלן אויף צו פארשטערקערן די פארסירונג איבער אומלעגאלע אימיגראציע, אַריינגערעכנט א באפעל צו שניידן פעדעראלע פאנדן פאר די שטאַטן וואס דינען ווי אן אנטלויף ארט פאר אימיגראנטן (Sanctuary Cities), ווי אויך אן ארדער וואס פארבאט דאס אריינקומען בירגער פון זיבן מוסלמענער לענדער וואס שטיצן טעראר: איראן, סיריע, איראק, תימן, סאמאליע, סודאן און ליביע. אבער עטליכע טעג נאך וואס דער באפעל איז אונטערגעשריבן געווארן, האט א פעדעראלער אפּעלאט געריכט ארויסגעגעבן נאציאנאלע צייטווייליגע אפּהאלט. נאך עטליכע פראצעדורן אין וועלכע געריכטן האבן סוספענדירט דעם פארארדענונג, האט אין יוני 2017 דער סופּרים קאורט פון די פאראייניגטע שטאטן באשטעטיגט רוב טיילן, און באשלאסן אז עס איז גילטיג ביז א פארהער וואס וועט פארקומען אין אקטאבער 2017, וואו איר סטאטוס וועט באשלאסן ווערן. אין דעצעמבער פון יענעם יאר האט דער העכסטער געריכט מיט א מערהייט פון זיבן צו צוויי באשטעטיגט די אימיגראציע דעקרעט אין איר דריטער ווערסיע.

פון ווייניגסטנס אנהויב די 2010ער איז מערסטנס אומלעגאלע אימיגראציע אריבער די פ.ש. דרום גרעניץ מיט מעקסיקא געווארן אונטערגענומען דורך מענטשן וואס זוכן אזיל פון געוואלדטאטן און פארפאלגונג אין זייער היים לענדער, ספעציעל אין צענטראל אמעריקע און אפריקע. אונטער פ.ש. אימיגאציע געזעץ, זענען פרעמדע מענטשן וואס זענען פיזיש אנוועזנד אין די פאראייניגטע שטאטן, אריינגערעכנט די וואס זענען אריינגעקומען אין לאנד אומלעגאל, בארעכטיגט צו אזיל אלס פליטים בתנאי אז זיי קענען פעסטשטעלן א קרעדיבל מורא פון פארפאלגונג אין זייער היים לענדער באזירט אויף זייער ראסע, רעליגיע, נאציאנאליטעט, פאליטישע מיינונג, אדער מיטגלידערשאפט אין געוויסע סאציאלע גרופעס.

אין אפריל 2018 האָט די טראמפ אדמיניסטראציע געמאָלדן וואָס זי האָט גערופן א "נול-טאָלעראַנץ" אימיגראציע פאליסי, אונטער וועלכע אלע אויסלענדישע ערוואקסענע וועלכע זענען אומלעגאל אריינגעקומען אין די פאראייניגטע שטאטן (א מיסדעמינאר פאר ערשט-מאליגע אפענדערס) וועלן קרימינאל פראקורירט ווערן. די פאליסי האט אריינגענומען אז קינדער אין פאמיליעס וועלכע זענען אינאיינעם אומלעגאל אריבער די פ.ש. גרעניץ וועלן אוועקגענומען ווערן פון זייערע עלטערן (אָדער לעגאלע אפּוטרופּסים) און געשטעלט ווערן אין אַ סיסטעם פון הונדערטער שעלטערס איבער'ן לאַנד, וואָס זענען אפּערירט אָדער קאָנטראַקטירט געווארן דורך די אָפיס פון ​​פּליטים ריסעטלמענט (ORR), אַן אָפּטייל פון די דעפּאַרטמענט פון געזונט און מענטשליכע באַדינונגס (HHS). עווענטועל, לויט די HHS פּאליסי, וועלן אפגעטיילטע קינדער ווערן באפרייט צו ספּאנסארס (זייערע עלטערן, נאָנטע קרובים, אָדער אנדערע פּאַסיגע מענטשן) אָדער צו פאַסטער פאַמיליעס אין די פאַראייניגטע שטאַטן. נאכן איבערגעבן זייערע קינדער, וועלן עלטערן געהאלטן ווערן אין פארהאלטונג צענטערן אדער טורמעס צו אויסווארטן פראקוראציע פאר אומלעגאלע אריינקום. אונטער די פריערדיגע אימיגראַציע פּאליסי, באקאנט אלס "כאַפּ און באפריי," זענען מיגראַנט פאַמיליעס געווענליך געשווינד באפרייט געווארן און ערלויבט געווארן צו בלייבן צוזאַמען אין די פאַראייניגטע שטאַטן בשעת זייערע קעיסעס ווערן געלעזט דורך אימיגראַציע אויטאריטעטן. אין פּראַקטיק זענען משפּחה צעטיילונגען אויסגעפירט אונטער די נול-טאָלעראַנץ פּאליסי געווען טראומאַטיש פאַר ביידע, קינדער און עלטערן.












אויסערן באציאונגען

 
טראמפ ביים דרוקן די האנט פון דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן ראנאלד רעיגען ביי א באזוך אינעם ווייסן הויז, 1987

פאר ער איז געווארן פרעזידענט, האט טראמפ עטליכע מאל גע'טענה'ט, אז אמעריקע זאל זיך קאנצעטרירן הויפטזעכליך אויף אירע אינערליכע פראבלעמען און נישט זיין דער "פאליציי פון דער וועלט".

רוסלאנד

ביי זיין פרעזידענטליכע קאמפיין האט טראמפ געזאגט אז ער גלייבט אין קאאפעראציע מיט רוסלאנד און איר פרעזידענט וולאדימיר פוטין. נאך די סטעיטמענט האבן זיינע קעגנער אים באשולדיגט אז ער איז א פריינד מיט פוטין און אז רוסלאנד פרובירט אים צו העלפן געווינען די פרעזידענטליכע וואלן. סיי רוסלאנד און סיי טראמפ האבן געלייקנט די טענות.

כינע

טראמפ האט אויסגעדריקט א פארלאנג צו פארשטארקן די פאליסי קעגן כינע, זאגנדיג אז ער זעט כינע אלס א גרויסע געפאר פאר די פאראייניגטע שטאטן.

איראן

אין מאי 2018 האָט טראמפ געמאָלדן די ארויסצואונג פון די פאראייניגטע שטאטן פון אן אפמאך פון 2015 צווישן איראן און פינף הויפט מאכטן — פארמאל באקאנט אלס דער דזשאָינט קאָמפּרעהענסיוו פלאן פון אקציע (JCPOA) — וואָס האָט באגרעניצט איראן'ס אוראַניום-בארייכערונג אקטיוויטעטן און פארלאנגט אז זי זאָל זיך איינגעבן צו אָפטע אינטערנאַציאָנאַלע אינספּעקציעס אויף אירע אנדערע איינריכטונגען אין אויסטויש פאַר דאס אוועקנעמען עקאָנאָמישע סאַנקציעס. נאכדעם וואס אמעריקע האט אומגעברענגט איראן'ס העכסטראנגיגער זיכערהייט און אינטעליגענץ באאמטער אין א דראָון סטרייק פאראָרדנט דורך טראמפ, האט איראן געמאָלדן אין יאנואר 2020 אז זי וועט מער נישט היטן די JCPOA-געשטעלטע באגרעניצונגען אויף אירע בארייכערונג אַקטיוויטעטן, כאָטש זי האָט זיך אפגעהאלטן פון פאָרמאַל אַרויסגיין פונעם אפּמאך.

זיין שטעלונג צו מדינת ישראל און אידישקייט

 
פרעזידענט טראמפ איז מתפלל בייל כותל המערבי ביי זיין באזוך אין מדינת ישראל און מאי 2017

אין 1979, איז טראמפ געווען איינער פון די ביישטייערער פונעם נאציאנאלן פאנד פאר מדינת ישראל פאר דעם פראיעקט צו שאפן די אינפראסטרוקטור פאר די חבל שלום ישובים, וועלכע זענען געגרינדעט געווארן נאך דעם שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל און עגיפטן[2]. אין 1983 איז טראַמפּ באלוינט געווארן מיט דעם "פרס עץ החיים" פונעם נאציאנאלן פאנד פאר מדינת ישראל פאַר זיין אויסערגעווענליכע ביישטייערונג צו די באציאונגען צווישן אַמעריקע און מדינת ישראל. אין יאנואר 2013 האט טראמפ פארעפנטליכט א ווידעיא צו שטיצן דעם פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל, בנימין נתניהו, אין די צייט פון זיין קאמפיין פאר די וואלן פון די כנסת, אין וועלכע טראמפ האט געזאגט "א שטארקער פרעמיער מיניסטער איז א שטארקע איזראעל". אין 2015 איז טראמפּ באלוינט געווארן מיט דער "פרייהייט באלוינונג" ביי דער גאלא צערעמאניע פון ​​דער אַמעריקאַנער אידישער צייטונג "אַלגעמיינער זשורנאל", אלס אנערקענונג פון טראמפ'ס ביישטייערונג צו די פאראייניגטע שטאטן-מדינת ישראל באציאונגען, וואו ער האט געזאגט "איך האב אסאך פריינט אין מדינת ישראל". ביי דער זעלבער צערעמאניע איז טראמפ אויך געפרעגט געווארן איבער זיינע אידישע אייניקלעך, און האט געענטפערט "נישט נאר האב איך אידישע אייניקלעך, נאר איך האב אויך א אידישע טאכטער ​​(איוואנקע) עס איז פאר מיר א גרויסער כבוד [...] עס איז נישט געווען פלאנירט פון פאראויס, אָבער איך בין זייער צופרידן אַז עס איז געשען".

ביי זיין פרעזידענט קאמפיין אין מערץ 2016 האט טראמפ געזאגט אז ער ערווארט פון לענדער וואס באקומען מיליטערישע הילף פון אמעריקע זאלן צאלן דערפאר, און ווערנדיג געפרעגט איבער מדינת ישראל האט ער געענטפערט: "אויך מדינת ישראל"[3]. ער האָט שפּעטער אפגעטרעטן איבער וואס ער האט געזאגט אויף מדינת ישראל[4].

אין זעלבן טאג האט טראמפ גערעדט אויף דער עיפעק קאנפערענץ און דערקלערט אז אין יעדן אפמאך בנוגע מדינת ישראל מוז זי אנערקענט ווערן אלס די לאנד פונעם אידישן פאלק, ער האט דאן צוגעזאגט צו אריבערפירן די אמעריקאנער אמבאסאדע פון ​​תל אביב קיין ירושלים, וואס ער האט אנגערופן אלס "די אייביגע הויפטשטאט פון אידישן פאלק"[5], א פארשפרעכונג וואס ער האט איינגעהאלטן דעם 14טן מאי 2018. טראמפּ האט נישט עפנטליך אויסגעדריקט אָפּאָזיציע צו די בוי ארבעט אין די פארנימענע געביטן אָדער אויסגעדריקט שטיצע פאַר די געדאַנק פון מאכן צוויי לענדער איינס פאר די פאלעסטינע אראבער, נאר פארקערט, ער איז געווען שטאָלץ אַז די זאכן זענען אראפגעגאנגען פון די רעפובליקאנער פּלאַטפאָרמע פאַר די וואלן, דערקלערנדיג אין יולי אז זיין פארטיי'ס פּלאַטפארמע איז "די מערסט פּרא מדינת ישראל וואס איז נאר אמאל געווען". פון די אנדערע זייט האט זיך געהערט פון זיינע ווערטער אז ער וועט צוגיין צום פאלעסטינער קאנפליקט אין מדינת ישראל נייטראל[6]. נאך קריטיק פון זיינע מילויפער אינעם פארמעסט, האט טראמפ צוריקגעצויגן און געזאגט אז ער וועט שטיצן מדינת ישראל אן קיין גרעניצן[7].

אין דעצעמבער 2019, האט טראמפּ געחת'מעט אַ פרעזידענטליכע אָרדער וואָס האָט אָנגענומען א ברייטערע אפטייטש פון ​​אנטיסעמיטיזם, וואָס אנטהאלט אויך אומיושר'דיגע קריטיק אויף מדינת ישראל. די ארדער קען האבן אן איינפלוס ווען פעדעראלע באאמטע באשליסן אויף אַ געוויסער אקט צי עס איז אַנטיסעמיטיש, ווי אויך אויף באשליסן וועגן רעגירונגס פאַנדן פאר אוניווערזיטעטן אויב עס ווערט באשלאסן אז אן אוניווערסיטעט האט נישט גענוג געטון צו אויסמעקן אנטיסעמיטיזם.

2020 וואלן

  2020 פרעזידענט-וואלן אין די פאראייניגטע שטאטן

אין 2020 איז פארגעקומען א היציגע וואל-פארמעסט, וואו טראמפ האט פארלוירן ווידערוויילונג פאר א צווייטן טערמין, קעגן דזשאו ביידן.

טראמפ האט פרובירט צו שרייען אז די וואלן זענען גע'גנב'עט געווארן פון אים. זיין קאמפיין האט אריינגעגעבן צענדליגע אנקלאגעס אין געריכט, אבער זיי זענען אלע אפגעווארפן געווארן, וויבאלד עס נישט געווען קיין שום קראנטע באווייזן אז מען האט גע'גנב'עט די וואלן. 6טן יאנואר, 2020, האט דער פרעזידענט דורכגעפירט א ראלי קעגן די אנגעבליכע וואלן פעלשערייען, און עס האט זיך געענדיגט אין א ווילדן איבערפאל אויפן קעפיטאל געביידע.

2024 וואלן

באלד נאך די מיט-טערמין וואלן אין 2022, האט טראמפ געמאלדן אז ער וועט לויפן פאר די רעפובליקאנער נאמינאציע פאר 2024. פון אנהויב האט ער געהאט עטליכע קעגנער אין זיין אייגענע פארטיי; ביז יוני 2023 האבן שוין א טוץ רעפובליקאנער אנגעהויבן זייערע אייגענע קאמפיינס. צווישן זיי זענען געווען ניקי העילי, וואס האט געדינט אלץ אמבאסאדאר צו די פאראייניגטע פעלקער אונטער טראמפ (2017-18) און אלס גאווערנאר פון דרום קאראליינע (2011-17); ראן דעסאנטיס, דער גאווערנער פון פלארידע (2019-); מייק פענס, דער געוועזענער וויצע פרעזידענט; דאג בורגום, דער גאווערנער פון נארט דעקאטע (2016-); און קריס קריסטי, דער געוועזענער גאווערנער פון ניו דזשערזי.

די מערסטע פון טראמפ'ס קעגנער האבן זיך געהיטן פון קריטיקירן אים דירעקט, צוליב זיין פאפולאריטעט ביי רעפובליקאנער וויילער. זיי האבן זיך אנשטאט פארגעשטעלט אלץ פארלעסליכע קאנסערוואטיוון וואס שטייען נישט אויס די ערנסטע לעגאלע פראבלעמען וואס טראמפ האט. אבער ווען טראמפ איז געווארן אנגעקלאגט, איז זיין פאפולאריטעט צווישן רעפובליקאנער נישט געפאלן ווי זיינע קעגנער האבן ערווארטעט. אין געגנטייל, געוויסע אנקעטעס האבן געוויזן אז זיין שטיצע איז גאר געשטיגן.

אין לויף פון 2023 האט טראמפ ווייטער דאָמינירט איבער זיינע קעגנער אין אנקעטעס פון רעפובליקאנער וויילער, טראץ וואס ער האט זיך אפגעזאגט צו באטייליגן אין די פרעזידענטליכע פריימערי דעבאטעס. א באדייטנדע טייל פון רעפובליקאנער וויילער האבן ווייטער געגלייבט טראמפ'ס אפט-געזאגטע טענות אז די קרימינאלע און ציווילע קלאגעס קעגן אים זענען פאלש און פאליטיש מאטיווירט.

ביים סוף יאר האבן די מערסטע אנדערע רעפובליקאנער פרעזידענטליכע קאנדידאטן אויפגעגעבן זייערע קאמפיינס. נאך וואס טראמפ האט גרינגערהייט געווינען די רעפובליקאנער אייאווע קאקוסן אין יאנואר 2024, האט אויך דעסאנטיס, וואס איז לאנג געווען דער צווייט-פאפולערסטער קאנדידאט נאך טראמפ, זיך ארויסגעצויגן פון דער לויף. העילי, די איינציגסטע פארבליבענע קעגנערין פון טראמפ, האט פארגעזעצט איר קאמפיין דורך יאנואר און פעברואר, טראץ וואס זי האט פארלוירן צו טראמפ אין די ווייטערדיגע רעפובליקאנער פריימעריס און קאקוסן. נאך וואס טראמפ האט איר באזיגט אין 14 פון די 16 רעפובליקאנער פרעזידענטליכע פריימעריס אין סופער דינסטאג, האט העילי ענדליך אפגעשטעלט איר קאמפיין, כאטש זי האט זיך אנטזאגט פון ענדארסירן טראמפ.

אום שבת חוקת, ז' תמוז תשפ"ד (יולי 13, 2024), בשעת'ן רעדן ביי א קאמפיין ראלי אין באטלער, פענסילוועניע, איז טראמפ פארוואונדעט געווארן אין אַן אטענטאט פארזוך. טראמפ'ס אויער איז אנגעטראפן געווארן פון א דורכפליענדער קויל, און ער איז שנעל אוועקגעפירט געווארן דורך סיקרעט סערוויס אגענטן. דער פארדעכטיגטער שיסער, א צוואנציג יעריגער לאקאלער מעטיו קרוקס, און א צווייטער מענטש ביים ראלי זענען אומגעברענגט געווארן. טראמפ'ס וואונד איז געווען מינימאל. דער אטענטאט איז פארגעקומען בלויז צוויי טעג פארן אנהויב פונעם רעפובליקאנער נאציאנאלן קאנווענשאן אין מילוואקי, וויסקאנסין, וואו טראמפ איז אפיציעל געווארן זיין פארטיי'ס פרעזידענטליכער נאמינירטער.

קרימאנאלע קלאגעס קעגן אים

אין 2023 זענען פיר קרימינאלע קלאגעס אריינגעגעבן געווארן קעגן אים. צוויי זענען אויף סטעיט קלאגעס (איינס אין ניו יארק און איינס אין פולטאן קאונטי, דזשאָרדזשע) און צוויי זענען אויף פעדעראלע קלאגעס. די קלאגעס באשטייען אין סך הכל פון 91 פארברעכן קלאגעס.

טראמפ האט זיך דערקלערט אומשולדיג אויף אלע קלאגעס, און האט באשולדיגט דזשאו ביידן און די דעמאקראטן אויף א פאליטישע רדיפה קעגן א פאליטישע קעגנער.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. דאנאלד טראמפ'ס פראפיל אויף פארבס
  2.   Judy Maltz, Trump once helped finance resettlement of Israelis evacuated from Sinai, אויף הארץ, מאי 4, 2017 (  ארכיוו)
  3. Trump says he'll make Israel pay for defense aid, אויף The Times of Israel, ‏מערץ 21, 2016; Trump Implies Israel Will Pay Back Military Assistance, אויף The Forward, ‏מערץ 21, 2016
  4.   Trump ahead of AIPAC speech: Israel should repay U.S. for aid, אויף הארץ, מערץ 21, 2016 (  ארכיוו); Andrew Rafferty, Donald Trump Pledges Commitment to Israel in Uncharacteristically Scripted Speech, אויף NBC News, ‏מערץ 21, 2016
  5. Sarah Begley, Read Donald Trump's Speech to AIPAC, אויף Time, ‏מערץ 21, 2016
  6. Eugene Scott, Trump pledges to be ‘neutral guy’ in Israel-Palestinian negotiations, אויף CNN, ‏פעברואר 18, 2016; Rubio Campaign Press Release - Fact Check: Donald Trump is No Ally to Israel, מערץ 11, 2016
  7. Trump backs away from 'neutral' stance on Israel, אויף Politico, ‏מערץ 21, 2016