רוי:חנוך יהודה קאהוט

ווערסיע פון 03:56, 10 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פון יידישער פאלקס-ענציקלאפעדיע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

חנוך יהודה (אַלעקסאַנדער) קאָהוט, געבוירן 1842 אין אונגאַרן, געשטאָרבן 1894 אין ניו-יאָרק; קאנסערוואטיווער "רב", פאָרשער פון "חכמת ישראל"; זיין הויפּט-ווערק איז דער "ערוך השלם", פאַרפאָלקאָמטע אויסגאַבע פון ערוך מיט פיל אייגענע צוגאַבן, וויסנשאַפטליכע באַמערקונגען, גרויסע איינלייטונג, אין 8 בענדער, רייך באַאַרבעטע פראזעלאָגיע פון דער גאַנצער תלמודישער ליטעראטור (משנה, תוספתא, ספרי, ספרא, מכילתא, מדרשים). קאהוט האָט אויך געשריבן אין דייטש אַן אַרבעט וועגן די מלאכים-נעמען ביי אידן.