רוי:רבי מאיר הלוי אבולעפיא

דיין און ראש ישיבה אין טאלעדא, 'יד רמ"ה' (ד'תתק"ל–ה'ד')
ווערסיע פון 11:31, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
Disambig RTL.svg דער טערמין "רמ"ה" פירט אהער. פאַרן ארטיקל איבער דאס אידישע יאר ה'רמ"ה (1484–1485), זעט ה'רמ"ה.
רבי מאיר הלוי אבולעפיא
יחוס בוים פון משפחת אבולעפיא, דער רמ"ה איז באצייכנט אויבן לינקס
יחוס בוים פון משפחת אבולעפיא, דער רמ"ה איז באצייכנט אויבן לינקס
געבורט 1170
פטירה מערץ 1244 (אלט: 74 בערך)
השתייכות בית המדרש אין טאלעדא, פון די מתנגדים צום רמב"ם
תחומי עיסוק מקובל, פארשער פון מסורה, מפרש אויף תלמוד הבבלי און פוסק
בני דורו רמב"ן, רשב"א, רבי שמשון משאנץ - פון די בעלי התוספות, און חכמי פרובאנס: רבינו יהונתן הכהן, רבי אהרן בר משולם, רבי יצחק מאיר אבן מיגאש (זון פון רבי יוסף אבן מיגאש) און רבי אברהם בן נתן הירחי
ספרים יד רמ"ה (אריגינעלער נאמען - פרטי פרטין) ספר האגרות, אור צדיקים (שו"ת), מסורת סייג לתורה, לפני ולפנים, גינת ביתן

רבי מאיר הלוי אבולעפיא, באקאנט אלס דער רמ"ה (ד'תתק"ל, 1170י"ח ניסן ה'ד') איז געווען א רב, פוסק, מקובל, פארשער פון מסורה, דיכטער, און איינער פון די גדולי הראשונים וואָס זיינע חידושים אויף תלמוד בבלי זענען אָנגענומען געוואָרן אין דער לומדישער וועלט.

ביאגראפיע

רבי מאיר אבולעפיא, באקאנט מיט זיין ראשי-תיבות-נאָמען רמ"ה פאר "רבינו מאיר הלוי", איז געבוירן געוואָרן אין שפאניע אין דער שטאָט בורגאָס לערך 1170 (ד' אלפים תתק"ל), און איז נפטר געווארן אין טאלעדא אין יאָר 1244 (ה' אלפים ד'). ער האָט אָנגעפירט אין טאָלעדאָ מיט א גרויסער ישיבה.

מען האָט אים אזוי געשעצט, אַז די שטאָט-מענטשן האָבן אים געגעבן דעם טיטל "נשיא". זיין רום איז געגאנגען זייער ווייט, אזוי אז מען האָט אים געהאלטן גרויס נישט נאָר אין שפאניע, נאָר אויך צווישן די דעמאלטדיגע קהילות אין דייטשלאנד. דער גרויסער מפרש און פּוסק רבי משה בן נחמן, דער רמב"ן, האָט אים גערופן "נשיא מנשיאי הלוויים".

מחשבה

רבי מאיר אבולעפיא איז געווען נישט נאָר א גרויסער גאון אין לומדות, נאָר אויך זייער א גרויסער מקובל, און ער איז געווען איינער פון די ערשטע אידישע רבנים וואָס האָבן געוואגט אָנצוהייבן א קאמף קעגן דער רמב"ם און זיינע פילאָזאָפישע ספרים - בעיקר קעגן די מיינונגען פון רמב"ם וועגן "עולם הבא" און "תחיית המתים".

ווערק

די בארימסטע ספרים וואָס רבי מאיר האָט מחבר געווען זענען: "פּרטי פּרטין" חידושים אויף דער גאנצער גמרא, פון וועלכע עס זענען געדרוקט געווארן אויף די מסכתות בבא בתרא און סנהדרין מיטן נאמען "יד רמה", ווי אויך זענען צו אונז דערגאנגען אויסצוגן וואָס ווערן געברענגט אין "שיטה מקובצת".

עס זענען אויך געדרוקט פון אים "תשובות". טייל ווילן זאגן, אז אויך געוויסע קבלה-ספרים ("גינת ביתן", "לפני ולפנים", "שושן סודות") זענען געשריבן געוואָרן דורך דעם רמ"ה.

צו ליינען מער

  • פראפעסאר חיים בראדי, קבוצת שירים ומכתבים מר' מאיר הלוי, ידיעות המכון לחקר השירה העברית (חלק ב')
  • Bernard Septimus, Hispano-Jewish Culture in Transition, The Career and Controversies of Ramah, Harvard Judaic Monographs, Cambridge, MA 1982

דרויסנדיגע לינקס

תקופת חייו של הרב רבי מאיר הלוי אבולעפיא על ציר הזמן
תקופת הזוגותתנאיםאמוראיםסבוראיםגאוניםראשוניםאחרונים 


דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!