רוי:פנחס גאלדשמידט

ווערסיע פון 11:18, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
פנחס גאלדשמידט
נשיאה הנוכחי של ועידת רבני אירופה.png
גאָלדשמידט אין 1998
גאלדשמידט ביי די 2011 איינשווערונג פון בית שלום בית כנסת אין שפיער, דייטשלאנד

הרב פנחס גאלדשמידט (געבוירן דעם 21סטן יולי 1963) איז דער רב פון דער ליטווישער אידישער קהילה אין מאָסקווע, רוסלאנד זינט 1993 דינענדיג אין דער מאסקווער כאראל שול און א מיטגליד פון דער פרעזידענטשאפט פונעם רוסישן אידישן קאנגרעס, וואס נעמט אריין בעיקר די געמיינדעס וועלכע זענען צוגעבונדן מיט דעם ליטווישן שטראם אין רוסלאנד. ער האָט אויך געגרינדעט און אָנגעפירט דעם מאָסקווער בית דין פון דער קהל פון זעלבסטשטענדיגע שטאטן (CIS) זינט 1989, און זינט 2011 דינט ער אלס פרעזידענט פון דער קאנפערענץ פון אייראפעאישע רבנים (CER) וועלכע פאראייניגט איבער זיבן הונדערט כלל רבנים פון דובלין ביז כאבאראווסק.

ביאגראפיע

גאָלדשמידט איז געבוירן געוואָרן ביי עליזאַבעט און שלמה אין ציריך, שווייץ. זיין משפּחה האָט געוואוינט אין דער שווייץ שוין פיר דורות. זיין פאטער איז אַן אינדוסטריאַליסט וואָס האט אנטוויקלט אַ סיסטעם פאַר סאָרטירן און מסדר זיין קליידער. זיין עלטער זיידע פון זיין פאטער'ס זייט האָט געדינט אַלס הויפּט-רב פון דענמאַרק און שפּעטער פון דער קהילה אין ציריך.

ער האט געלערנט ביי הרב משה סאלאווייטשיק, און שפעטער אין דער פאניוועזשער ישיבה אין בני ברק, ישיבת מרכז הרב און ישיבת נר ישראל אין באלטימאר, וואו ער האט אויך באקומען היתר הוראה. אין דער זעלבער צייט האט ער געלערנט אין די דזשאָהנס האָפּקינס אינסטיטוט, וואו ער האט באקומען אַ מאַסטער'ס גראַד.

צווישן 1987 און 1989 איז ער געווען רב אין אויבער נצרת, און איז געווען שטארק פארמישט אין דער גייסטיגער ארייננעמען פון עולים פון סאוועטן פארבאנד. אין 1989 איז ער געשיקט געוואָרן דורך זיין רבי, רבי משה סאָלאָווייטשיק, צו פּרעזידירן דעם בית דין פון די סאוועטן פארבאנד און שפּעטער פון די קהל פון זעלבסטשטענדיגע שטאטן, אין 1990 האָט ער געשאַפן די גיידליינס אין צוזאַמענאַרבעט מיט דעם מדינת ישׂראלדיגן אינערן־מיניסטעריום, כּדי צו באַשטעטיגן די אידן וואָס האָבן באַהאַלטן זייער אידישער אידענטיטעט אין דער סאָוועטישער צייט.[1]

אין רוסלאנד האָט הרב גאלדשמידט געאַרבעט ווידער אויפצושטעלן אידישן כלל־לעבן, אַריינגערעכנט שולעס, אַ בית דין, א חברא קדישא, כשר'ע זופּ־קיכן, ישיבות און פּאָליטישע שירעם סטרוקטורן, ווי דער רוסישער אידישער קאָנגרעס, וואס ער איז געווען איינער פון די גרינדער און וואו ער דינט אלס מיטגלידער פונעם פרעזידענטשאפט, און דער קאָנגרעס פון אידישע רעליגיעזע אָרגאַניזאַציעס און אַססאָסיאַציעס אין רוסלאַנד (CJROAR).[2] אויך אויף זיין איניציאטיוו זענען געגרינדעט געווארן די "אהלי יעקב" ישיבה אין מאסקווע, און די "עץ חיים" אלגעמיינע אידישע שולע. הרב גאלדשמידט איז באקאנט אלס רב פון טייל פון די רוסישע אליגארכן און ביליאנערן, אריינגערעכנט ארקאדי גאידאמאק. דער רב האט געשריבן א שו"ת איבער הלכה'ישע פראבלעמען פון די אידן פון קהל פון זעלבסטשטענדיגע שטאטן וואס הייסט "זכרון בספר".

 
גאָלדשמידט און אי.יו. פירער Jerzy Buzek, José Manuel Barroso און Herman Van Rompuy, בריסל, 2011

אין יאנואר 2005 האבן פינף הונדערט מענטשן, אריינגערעכנט צייטונגס רעדאקטארן, פובליק אינטעלעקטואלן און ניינצן דומא (רוסישע לעגיסלאַטיווע קערפערשאַפט) דעפוטאטן פארעפנטליכט אן אפעלאט צום פראקוראר גענעראל פון רוסלאנד, וואס האט געבעטן צו פארמאכן דאס אידישע ארגאניזירטע לעבן אין רוסלאנד. א שפעטערדיגע טעלעוויזיע-אריינרופן-שאו, ביי וועלכע 100,000 מענטשן האבן טעלעפאָנירט, האט געזאגט אז 54% פון די באטייליגטע שטיצן דעם געדאנק פון פארבאטן אלע אידישע ארגאניזאציעס אין רוסלאנד. גאלדשמידט האט געשריבן אן ענטפער געווענדעט צו דמיטרי ראגאזין, פירער פון דער נאציאנאליסטישער ראדינא (מוטערלאנד) פארטיי, וועלכער האט זיך דעמאלט אנטשולדיגט און זיך דערווייטערט פון דער פעטיציע.[3]

גאלדשמידט איז דעפארטירט געווארן פון רוסלאנד אין סעפטעמבער 2005, אבער מען האט אים געלאזט צוריקקומען צו די קהילה דריי חדשים שפעטער נאך אן אינטערנאציאנאלע קאמפיין.[4] אין 2010 דורך ספּעציעלע באַפעלן פון רוסלאַנד'ס פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו, איז ער געמאכט געווארן אַ בירגער פון רוסלאַנד.

 
גאָלדשמידט ביי די WEF 2013

אין פרילינג פון 2009 איז גאָלדשמידט געווען גאסט-פראפעסאר אין די דעיוויס צענטער אין האַרוואַרד.[5]

אין 2011 איז גאלדשמידט אויסגעוויילט געווארן אלס פרעזידענט פון דער קאנפערענץ פון אייראפעאישע רבנים, א שירעם גרופע פון זיבן הונדערט אייראפעאישע רבנים, דורך איר שטייענדיגן קאמיטע.[6] פארדעם איז ער געווען פאָרזיצער פון דעם קאָמיטע.

סוף 2012, האט ער פארעפנטליכט א קריטיקירנדן ארטיקל קעגן דעם רבנות פון מדינת ישראל און די הויפט-רבנים. דערויף האבן די מיטגלידער פונעם פרעזידענטשאפט פונעם מועצת פון אייראפעאישע רבנים ארויסגעגעבן א שטיצע-בריוו פאר די הויפט רבנים פון מדינת ישראל און פראטעסטירט "אויף יעדער פרואוו צו שאַטן דעם מעמד פון הרב מעצגער און באַגרעניצן זיינע טריט דורך פארשידענע פאקטארן און קענען פירן צו חילול השם."

דעם 27סטן יולי 2016 האט דער פראנצויזישער רעגירונג אים געמאכט פאר א טשעוואליער פונעם נאציאנאלן ארדער פון דער לעגיאָן פון כבוד פאר'ן ביישטייערן צו פארשטארקן די באציאונגען צווישן רוסלאנד און פראנקרייך.

ער האָט אדרעסירט דעם יו.עס. סענאט, דעם אי.יו. פּאַרליאַמענט, דעם קאָונסיל פון אייראָפּע, דער ישראל-כנסת, דער מדינת ישראל פּרעמיער נתניהו'ס "נֶאמָן קאָמיסיע", אָקספאָרד אוניווערזיטעט, דער ארגאניזאציע פאר זיכערהייט און קאָאָפּעראציע אין אייראפע קאנפערענץ אין בערלין איבער אַנטיסעמיטיזם, און האַרוואַרד אוניווערזיטעט, דיסקוטירנדיג די שטאַט פון די אידישע קהילה און דראאונגען צו איר.[7]

אין 2008 האָט דער זשערוסאלעם פּאָסט געשטעלט גאָלדשמידט אויפן 31סטן אָרט אין איר יערליכער רשימה פון די פופציג מערסטע איינפלוסרייכע אידן אין דער וועלט.[8]

ביי דער רוסלאנד-אוקראינע מלחמה אין מערץ 2022, איז ער אומגעראכטן אַוועק פון רוסלאנד, ווי ער האט געזאגט, צו העלפן זיין פאטער. ער האָט באַשטימט זיין דעפּוטאַט, הרב דוד יאָשובייעוו, אַלס זיין נאָכפאָלגער – און האָט געמאָלדן אַז ער וועט ווייטער דינען אלס ראש בית-דין פון די קהל פון זעלבסטשטענדיגע שטאטן און באַלטישע לענגער. די ערשטע וואָכן נאָך זיין אַוועקפאָרן איז הרב גאָלדשמידט געווען אין די הויפּטשטעט פון מזרח-אייראָפּע, ערשט אין אונגארן, און געהאָלפן אידישע פליטים פון אוקראַינע, אָבער אין א געוויסער פונקט איז ער אָנגעקומען קיין ישראל און איז שוין זינט דעמאָלט אין ישראל. לויט א טוויט פון זיין שניר, זשורנאַליסט אַוויטאַל כיזשיק-גאָלדשמידט, האט ער פארלאזט רוסלאנד נאכדעם וואס ער איז געדריקט געווארן דורך די אויטאריטעטן צו אויסדריקן שטיצע פאר דער מלחמה אין אוקראינע - און ער האט זיך אפגעזאגט דאס צו טאן. כיזשיק-גאָלדשמידט'ס באַשולדיגונג איז אָפּגעוואָרפן געוואָרן דורך עטליכע קוועלער אין דער מאָסקווער אידישער קהילה, אריינגערעכנט די פרעסע דינסט פון דער מאָסקווער כאָראַל שול, וואו פנחס גאָלדשמידט איז ווידערוויילט געוואָרן אלס הויפּט-רב פון מאָסקווע דעם זעלבן 7טן יוני.

פערזענליכע לעבן

ער איז חתונה געהאט מיט דרה, א געבוירענע אין די פאראייניגטע שטאטן און ער איז א פאטער פון זיבן קינדער.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. Zomet Institute
  2. Moscow Rabbi Returns – 12.19.2005. National Coalition Supporting Soviet Jewry. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 5טן סעפטעמבער 2012.
  3. JTA 23 June 2005 Lev Krichevsky
  4. Agencies, News (27 September 2005). Russian Jewish groups demand answers in rabbi deportation case Israel News. Haaretz. דערגרייכט דעם 3 November 2013.
  5. [Daviscalendar-list] 5/6 seminar reminder and 5/14 addition to the May calendar. Lists.fas.harvard.edu. דערגרייכט דעם 3 November 2013.
  6. London – Rabbi Pinchas Goldschmidt Elected President of the Conference of European Rabbis. VosIzNeias.com (‏28 June 2011). דערגרייכט דעם 3 November 2013.
  7. CSCE :: Commission on Security and Cooperation in Europe. Csce.gov.
  8. 31. Rabbis Berel Lazar and Pinchas Goldschmidt.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!