רוי:רבי צבי הירש האלבערשטאם

ווערסיע פון 12:44, 7 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "סיגעט" ב־"סיגוט")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי צבי הירש האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"י - ט"ו מנחם אב ה'תרע"ח), רב אין רודניק.

אפשטאם

רבי הערשעלע איז געבוירן אין רודניק אין יאר ה'תר"י, צו זיין פאטער הרב רבי ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פעסיל א טאכטער פון סיגוטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

רבנות

רבי הערשעלע האט אין א געלעגנהייט זיך אויס געדריקט, פון ווען איך בין געקומען צו מיין פארשטאנד האב איך אויפגעפאסט נישט צו שלאפן ווען טאג און נאכט קומען צוזאמען, סיי אינדערפרי און סיי באנאכט.

נאך זיין חתונה איז רבי הערשעלע אין יאר ה'תרכ"ח אריבער וואוינען קיין צאנז נעבען זיין זיידען דער צאנזער רב, דארט איז ער געווען פון די חבורה אייניקלעך וואס דער זיידע האט מיט זיי געלערנט טעגליכע שיעורים. אין יענע צייט איז ער געזעצען אין געהארעוועט אין תורה און אויסגעשטיגן אין לערנען, אין יאר ה'תרל"ה האט אים דער צאנזער רב געשיקט קיין סיגוט נעמען שימוש ביים צווייטן זיידען דער ייטב לב. נאך א קורצער צייט האט אים דער סיגוטער רב געגעבן היתר הוראה, ווען ער איז צוריק געקומען קיין צאנז האט אים דער צאנזער זיידע פארהערט אין אים אויך מסמך געווען, זאגענדיג ער איז אן אוסערגעווענליכער בעל הוראה.

אין יאר ה'תרל"ז איז רבי הערשעלע געווארן רב אין ניסקא, דארט איז ער געווען אומגעפער צען יאר ביז אין יאר ה'תרמ"ז, ווען זיין פאטער דער גארליצער רב איז געווארן רב אין גארליץ, האט מען אויפגענומן רבי הערשעלען אלס רב אין רודניק אויף זיין פאטער'ס ארט.

רבי הערשעלע איז געווען אויסגעקאכט אין תורת הקבלה ווי זיין זון רבי זלמן לייב (שפעטער באקאנט אלס דער קלויזנבורגער רב) דערצייילט, מאנכע מאל האט ער אים געזאגט טיפע זאכען, ער האט זיך געווינדערט, אז ס'איז נאך פארהאן אין דעם דור א מענטש וואס זאל קענען דאס דערגרייכן.

ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי הערשעלע אנטלאפן מיט זיין פאמיליע קיין אונגארן, די צווייטע נאכט חנוכה ה'תרע"ה זענען זיי אנגעקומן קיין קליינווארדיין, דארט האט ער געזוכט ווי צו זיין, זיין'ס א באקאנטער הרב מענדל מאיר יעקאבאוויץ האט אים אוועק געגעבען זיין וואוינונג.

הסתלקות

רבי הערשעלע איז נפטר געווארן אין קליינווארדיין, ט"ו מנחם אב ה'תרע"ח, זיין זון רבי זלמן ליב האט מיט גרויס אנשטרענגונג ערלעדיגט אז מען זאל אים ברענגען קיין גארליץ צו קברי אבות, אזויווי רבי הערשעלע האט געוואלט .

פאמיליע

רבי הערשעלע האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב ישראל האראוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ, דער דזשיקאווער רב, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. זייערע קינדער:

בזיווג שני האט רבי הערשעלע געהייראט מרת חיה מינדל א טאכטער פון הרב מאיר משולם שפירא פון לאנצהוט, א זון פון הרב שמואל שפירא פון לאנצהוט, א זון פון הרב רבי צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  • לפיד אש
  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!