רוי:רבי יהושע מאמאן

ווערסיע פון 10:47, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
הרב יהושע מאמאן
טעטיקייט ארט מאראקא, ישראל
באלאנג מאראקאנישע יידן
באשעפטיגונג דיינות, הלכה
חיבורים עמק יהושע, שתי ידות

הרב יהושע מאמאן (י"א טבת תרע"ח, 26סטן דעצעמבער 1917 - כ"ו טבת תשע"ח, 13טן יאנואר 2018) איז געווען א דיין און א פוסק, א מיטגליד פונעם בית הדין הגדול לערעורים. ער האט געדינט ווי שטאט׳ס רב אין נהריה און אב בית דין אין באר שבע. ער איז געווען גערעכנט דער רב פון די מאראקאנישע יידן. גערופן מיט נאמען ימ"ן.[1]

הרב יהושע מאמאן.JPG

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין צעפרומאראקא צו רב רפאל עמרם מאמאן, זון פון הרב רחמים יוסף (מחבר פונעם ספר חירג"א דיומא), פון א משפחה פון רבנים אייניקלעך פונעם רמב"ם. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט ביי רב דוד עטר.

אין יאר 1946 האט ער באקומען סמיכה פאר דיינות פון דעם הויפט בית דין אין ראבאט, און ער האט אנגעהויבן דינען ווי רב און דיין אין דער שטאט סאפי ווען ער געווען אלט 28. אויך איז ער געווען א דיין און סגן אב בית דין פון ראבאט ביז 1963, ווען ער האט אנגעהויבן דינען ווי אב בית דין און שטאט׳ס רב פון דער שטאט מאראקעש ביז ער איז ארויף קיין ישראל אין 1967.

אין יאר 1968 איז ער געווארן רב פון נהריה, און אין יאר  1978 איז אריבער קיין באר שבע צו ווערן א דיין און שפעטער אב בית דין ביז 1988. אויך האט ער געדינט אויפן  בית דין עליון לערעורים.

אום 19טן מערץ 2012 איז דערמארדעט געווארן זיין אייניקל  מרים מאנסונגא אין אן אנטיסעמיטישער אטאקע אין דער יידישער שולע אין טולוז, פראנקרייך.

טבת תשע״ח איז געווארן שוואך און מען האט אים באהאנדלט אין שפיטאל. כ"ו טבת תשע"ח איז ער נפטר געווארן אין זיין הויז אין מקור ברוךירושלים.

רעפערענצן