רוי:רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין
רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין (ה'תקנ"א - ז' חשוון ה'תר"ח), פון ראזלא.
אפשטאם
רבי יהודה צבי הירש איז געבוירן אין יאר ה'תקנ"א, צו זיין פאטער, הרב משה אייכנשטיין, פון סאמבור, דער תפלה למשה.
רבנות
רבי יהודה צבי הירש איז געוווען א תלמיד פון זיין פעטער הרב צבי הירש אייכנשטיין דער עטרת צבי, און איז שפעטער געווארן זיין איידעם. רבי יהודה צבי הירש האט זיבעציג מאל איבער געחזרט דעם ערשטען טייל פון יודה דעה הערשט נאך דעם האט ער אנגענומען דאס רבנות אין גלינא, בראדשין, נאכהער אין ראזלא.
נאך דער פטירה פון זיינע פעטערס איז רבי יהודה צבי הירש געווארן דער ממלא מקום אלס רבי פון זידיטשוב.
הסתלקות
פאמיליע
רבי יהודה צבי הירש האט געהייראט מרת שרה א טאכטער פון זיין פעטער הרב צבי הירש אייכנשטיין, דער עטרת צבי. זייערע קינדער:
- מרת הינדא ( - כ"ג אלול), די ווייב בזיווג ראשון פון הרב יעקב האגער (ה'תקע"ג - ט"ז שבט ה'תרמ"א), פון זאבלאטאוו.
- מרת מרים ( - י"ג טבת ה'תרמ"ב), די ווייב פון הרב יעקב טויבש (ה'תקע"ב (אומגעפער) - ח'מנחם אב ה'תר"ן), רב אין זידיטשוב.
זיינע ספרים
- דעת קדושים
- עמוד התורה
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר