רבי שמואל בערעזאווסקי

סלונימער רבי (געבוירן תרצ"ו)

רבי שמואל בערעזאָווסקי (חתמ'עט זיך: ברזובסקי; געבוירן כ"ט אלול תרצ"ו[1], סעפטעמבער 16 1936) איז דער היינטיגער סלונימער רבי, מחבר ספרי "דרכי נועם".

רבי שמואל בערעזאווסקי
כ"ק מרן האדמו"ר שליט"א.jpg
געבורט סעפטעמבער 16 1936 (יארגאנג: 88)
כ"ט אלול תרצ"ו
וואוין אָרט ירושלים
טעטיגקייט אָרט ירושלים
סלונימער רבי
אב תש"ס

ביאגראפיע

רבי שמואל איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו רבי שלום נח, דאן ראש ישיבת בית אברהם סלאנים, און מרת חוה מרים, טאכטער פון רבי אברהם וויינבערג, דער סלאנימער רבי בעל "ברכת אברהם". אלס בחור האט ער געלערנט אין ישיבת בית אברהם.

רבי שמואל האט חתונה געהאט י"ז סיון תשי"ט מיט רביצין מרת שיינא רחל (תרצ"ט - כ"ב טבת תשס"ו), טאכטער פון רבי נפתלי חיים אדלער פון רמת וויזשניץ אין חיפה. די חתונה איז פארגעקומען אין שיכון וויזניץ אין בני ברק אין הויז פון רבי נפתלי חיים'ס שווער רבי חיים מאיר האגער פון וויזשניץ[2]. רבי חיים מאיר האט זייער מחשיב געווען זיין צוגעקומענעם אייניקל[3].

אום סיון תשמ"א, ווען זיין טאטע איז אויפגענומען געווארן אלס סלונימער רבי נאך זיין שווער'ס פטירה, איז רבי שמואל אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה אויפ'ן ארט פון זיין פאטער. די שיעורים וואס ער האט געגעבן אין ישיבה זענען שפעטער געדרוקט געווארן אין די ספרים "דרכי נועם על הש"ס". אין יענע יארן פלעגט ער יעדן פרייטאג צונאכטס דאוונען ביים כותל המערבי, ביז ער איז געווארן רבי.

נאך זיין טאטנ'ס פטירה, אין ז' אב תש"ס, איז ער לויט זיין טאטנ'ס צוואה אויפגענומען געווארן פאר זיין ממלא מקום אלס אדמו"ר און אלס נשיא פון ישיבת בית אברהם.

זיין הנהגה איז מיט עטוואס מער כאניאקישקייט ווי זיין פאטער'ס, צב"ש איינפירנדיג צו גיין מיט אראפגעלאזטע געקרייזלטע פיאות אנשטאט הינטער די אויערן, ווי אויך האט ער פרובירט אריינצוברענגען דעם אידישן שפראך צווישן זיינע חסידים.

ער איז א שארפע קעגנער פון די טעכנאלאגישע כלים, זאגנדיג אז ער האט געשפירט א פיינטשאפט כלפי דעם קאמפיוטער נאך איידער מען האט אנגעהויבן רעדן וועגן אינטערנעט און אז ער וויל אוועקגיין פון דער וועלט אן האבן צוגערירט אירע קנעפלעך[4]. ער לאזט נישט אריינברענגען קיין קאמפיוטער אין זיין שטוב[3]. ער האט אויפגעשטעלט א ועד איבער טעכנאלאגיע אינערהאלב די חסידות, וואס ערלויבט באניץ מיט אינטערנעט נאר לצורך פרנסה.  

זיינע שמועסן און ספרים

אין זיינע שמועסן איז ער אסאך עוסק אין פסוקים פון נ"ך, ווי אויך ברענגט ער פון ספר "המספיק לעובדי השם" פון רבי אברהם בן הרמב"ם און פון זוהר. ווי די פריערדיגע רבי'ס פון סלונים טוט ער אסאך רעדן איבער קדושה און שמירת הברית און איבער שבת קודש.

זיינע תורות, שמועסן, און שיעורים ווערן כסדר געדרוקט אין די ספרים "דרכי נועם" דורך מכון דרכי נועם. עס זענען שוין געדרוקט געווארן איבער 20 בענדער.

אין יאר תשע"ה זענען ארויסגעקומען צוויי בענדער "דרכי נועם בעבודת ה'" מסודר לויט עניינים, ארייננעמענדיג אויך די שמועסן וואס ער האט געזאגט אלס ראש ישיבה אינעם סלונימער ישיבה "בית אברהם".

אין יאר תשע"ט איז ארויסגעקומען די ערשטע באנד פון די סעריע ספרים "דרכי נועם - מועדים" אויף מועדים וזמנים. דער באנד איז עוסק אין: ימים נוראים, חודש אלול, ראש השנה. אין יאר תשפ"א איז ארויס דער צווייטער באנד וואס איז עוסק אין עשרת ימי תשובה, יום כיפור, און סוכות.

אין יאר תשפ"ב זענען געדרוקט געווארן דריי בענדער "דרכי נועם - על הש"ס", זיינע שיעורים וואס ער האט איבערגעגעבן אין ישיבה אויף: יבמות, כתובות, נדרים, גיטין, קידושין, בבא קמא, בבא מציעא, אין בבא בתרא.

איינפלוס

אין די ערשטע יארן פון זיין הנהגה האט ער זיך ווייניג אריינגעמישט אין כלל ענינים. ער איז אבער געווען פון די ערשטע חותמים אין שטיצע פון ועדת הרבנים לענייני תקשורת און די כשר'ע סעלפאנען.

אין יאר תשס"ה, אין דער צייט פונעם "התנתקות פלאן", האט ער שארף ארויסגעטראטן דערקעגן, און יענעם יאר האט ער געהייסן נישט צו שטימען פאר "יהדות התורה" צוליב דער שטיצע פון די חברי הכנסת יעקב ליצמאן און ישראל אייכלער פאר די פלענער[5].

אין יאר תשע"ג האט ער זיך אנגעשלאסן אלס מיטגליד אין "מועצת גדולי התורה" פון דער אגודת ישראל פארטיי.

די מיידל שולע אין עמנואל

אין יאר תש"ע (2010) ביי דער פרשה פון דער מיידל שולע אין עמנואל, האט ער שטארק פארפירט מען זאל נישט אריין נעמען מיידלעך פון שוואכערע משפחות צו דער ארטיגער חרד'ישער מיידל שולע, וואו זיינע חסידימ'ס טעכטער האבן געלערנט. צוליב דעם האט מען געוואלט איינזעצן די מיידלעכ'ס עלטערן, וועלכע האבן נישט געוואלט מקיים זיין דעם בג"צ'ס אורטייל[6].

ער האט דאן געשריבן אין א בריוו: ”ווען איך זאל האלטן אז די ריכטער אין געריכט גלייבן אין וואס זיי זאגן, אז דער שולע אין עמנואל איז איינגעווארצלט אין ראסיזם, וואלט איך זיך מסתמא אנדערש געפירט, אבער וויבאלד איך האב נישט קיין שום ספק אז זיי ווייסן דעם אמת, אז אלץ וואס זיי זאגן איז באזירט אויף ליגנט, אויב אזוי איז עס גארנישט נאר א קאמף צווישן אמונה און כפירה, צווישן די כח הטומאה פון די סטרא אחרא... און אין א קאמף אויף קידוש השם אויך אויב מ'וועט אונז שטעלן פאר א גרופע שיסער, וועלן מיר נישט מוותר זיין און מיר וועלן נישט איינגיין אויף קיין פשרות כמלוא נימה”[7].

משפחתו

ער האט 14 קינדער:

זין

טעכטער

  • שרה, ווייב פון רבי יהודה שטערנבערג, א שרייבער פון די שמועסן פון דעם פריערדיגן רבי'ן רבי שלום נח, און מגיד שיעור אין ישיבת בית אברהם - סלונים לצעירים בירושלים.
  • צביה, ווייב פון רבי אורי ווייסבלום, ראש ישיבת סלונים לצעירים - 'נתיבות שלום' אין ביתר עילית.
  • ברכה, ווייב פון רבי גדליה ריזל, רב הקהילה אין קריית גת און ראש רשת הכוללים פון סלונים אין חבל לכיש.
  • דבורה, ווייב פון רבי חיים יהודה לייב אויערבאך, ראש כולל אין ירושלים, זון פון רבי מרדכי אויערבאך.
  • שולמית, ווייב פון רבי פנחס שלאף, ראש כולל פון חסידי סלונים אין ביתר עילית.
  • הדסה, ווייב פון רבי יצחק אייזיק כ"ץ, מגיד שיעור אין ישיבת סלונים אין ביתר עילית.
  • רבקה, ווייב פון רבי יעקב יצחק ווילהעלם, מגיד שיעור אין "ישיבת בית אברהם - סלונים לצעירים" אין ירושלים.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן