רוי:מגילת רות
מגילת רות איז די מגילה וואָס באַשרייבט דאָס לעבן פון דער גיורת רות, די עלטער־באָבע פון דוד המלך.
דער אינהאַלט פון דער מגילה
מגילת רות דערציילט די געשיכטע פון אלימלכס משפּחה. אלימלך מיט זיין ווייב, נעמי, און צוויי זין, מחלון און כליון, זענען געווען אַ רייכע משפּחה אין בית לחם. מחמת דער טריקעניש אין ארץ ישראל זענען זיי אַוועקגעפאָרן קיין מואב. דאָרטן זענען די צוויי זין חתונה געהאַט מיט מואבישע מיידלעך: רות און ערפּה. שפּעטער זענען אלימלך און ביידע זיינע זין געשטאָרבן. נעמי האָט געהייסן זיינע שניר צו גייען צו זייערע עלטערן און זוכן דעם גליק אין לעבן אָן איר. ערפּה האָט מסכים געווען און איז אַוועקגעגאַנגען צו אירע עלטערן, אָבער רות איז געבליבן מיט איר שוויגער.
ס'איז פאראן א מנהג צו ליינען מגילת רות שבועות.
דרוינסדע לינקס
- אידישע איבערזעצונג פון מגילת רות אין מאנוסקריפט Canonici Or. 12, ווענעציע ה'שי"ד, אין אקספארד, באדלעיאן ביבליאטעק
ספרים אין תנ"ך |
תורה: בראשית | שמות | ויקרא | במדבר | דברים נביאים: יהושע | שופטים | שמואל (א' וב') | מלכים (א' וב') | ישעיה | ירמיה | יחזקאל | תרי עשר: הושע | יואל | עמוס | עובדיה | יונה | מיכה | נחום | חבקוק | צפניה | חגי | זכריה | מלאכי כתובים: תהלים | משלי | איוב | שיר השירים | רות | איכה | קהלת | אסתר | דניאל | עזרא - נחמיה | דברי הימים (א' וב') |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!