רוי:רבי יהודה בן בבא

תנא פונעם דריטן דור

רבי יהודה בן בבא איז געווען אַ תּנא אין 3טן דור פון תּנאים, חבר פון רבי עקיבא.[1] פון אים ווערן געבראַכט אין דער משנה אַ ריי הלכות.[2] מען האָט אים גערופן "חסיד." [3] ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם און ער ווערט גערעכנט צווישן די עשרה הרוגי מלכות. אין סנהדרין י"א ווערט דערציילט, אַז דאָס איז געווען באַלד נאָך חרבן ביתר ווען די רוימישע רעגירונג האָט גוזר געווען אַז מען טאָר נישט געבן סמיכה תלמידים. דעמאָלט האָט רבי יהודה בן בבא יאָ געגעבן סמיכה צו 6 תּלמידים (רבי מאיר, רבי יהודה, רבי יוסי, רבי שמעון, רבי אלעזר בן שמוע און רבי נחמיה) און האָט זיי געהייסן אַנטלויפן. רבי יהודה בן בבא איז געכאַפּט געוואָרן דורך די רוימער און זיי האָבן אים דערשטאָכן צום טויט.

פּרטים אין ווייס "דור דור ודורשיו", 1טער טייל, און "תּולדות תּנאים ואמוראים" פון היימאן.

רעפערענצן

  1. מסכת עירובין ב'
  2. מסכת עדיות ו' און אַנדערע ערטער
  3. מסכת בבא קמא ק"ג


דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!