רוי:יאפאנעזער יען

ווערסיע פון 10:47, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
באנקנאטן פון יאפאנעזער יען

דער יאַפאַנעזער יען (יאפאניש: 円 אדער 圓; צייכן: ¥, קאד: JPY) איז די אפיציעלע וואלוטע פון יאפאן. ער איז די דריטע מערסטע באהאנדלטע וואלוטע אין דער וועלט נאכן פאראייניגטע שטאטן דאלאר און דעם איירא.[1] ער איז אויך ברייט באניצט ווי א רעזערוו וואלוטע נאך די דאלאר, איירא און דעם פונט סטערלינג.

די מטבעות זענען גאנץ קליין; זיי גייען פון ¥1 ביז ¥500. דער גרעסטער באנקנאט איז ¥10000.

זייט דעצעמבער 1931 איז דער ווערט פונעם יען באשטימט ווי א פארוואלטערטע וואלוטע.

דער ווערט פונעם יען אין דעם פרעמדע וואלוטע מארק ווערט באשטימט לויט די קראפטן פון פארזארג און נאכפרעג. דער פארזארג פונעם יען אינעם מארק ווערט קאנטראלירט דורך די האלטער פון יען וואס זיך צו בייטן זייערע יען פאר אנדערע וואלוטעס כדי צו קויפן גוטער און דינסטן. דער נאכפרעג פונעם איז קאנטראלירט דורך פרעמדער בירגער וואס ווילן קויפן גוטער און דינסטן אין יאפאן.

כדי צו שטיצן וואוקס פון דער עקאנאמיע האלט דער באנק פון יאפאן, דער צענטראלבאנק פון יאפאן, נידעריגע פראצענט ראטעס זייט די 1990ער יארן.

רעפערענצן