רוי:7 (נומער)

נאטירליכע צאל צווישן 6 און 8
ווערסיע פון 08:04, 16 יוני 2024 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
7 (גאנצע צאל)
דעצימאל 7
אין ווערטער זיבן
סדר'דיגע צאל זיבטער, זיבטע
גימטריא ז'
פאַקטאָריזאַציע 7
רוימישע צאל VII
בינארישע צאל 111
העקס 7
אנטוויקלונג פון שרייבן דעם נומער

זיבן איז די נאטירליכע צאל וואס קומט נאך זעקס און פאר אכט.

אין אידישקייט

די צאָל 7 האָט אין תנ"ך און גמרא און אויך אין שפּעטערע ספרים אַ געוויסע באַדייטונג. אין חומש בראשית א' און ב' ווערט דערציילט, אַז גאָט האָט באַשאַפן די וועלט אין 6 טעג און גערוט אין דעם 7טן טאָג; דערפון איז גוואָרן דער רו־טאָג שבת (שמות כ') פּסח און סוכות האָבן 7 טעג יום־טוב (דער 8טער טאָג פון סוכות איז אַ באַזונדער יום־טוב „עצרת”); פון צומאָרגנס פון פּסח („ממחרת השבת”) ווערט געציילט 7וואָכן (7 מאָל 7 טעג) און עס איז דער יום־טוב שבועות (ויקרא כ"ג); די געהיימע צאָלן אין ספר דניאל י"ג זענען אלע אַרום 7 (שבעתים, שבעים ושבעה), אין די שפּעטערע ספרים איז אָנגוויזן גוואָרן אויף די „7 פּלאַנעטן” (שבעה כוכבי לכת)וואָס זענען דעמאָלט געווען באַקאַנט; דער ילקוט שמות רע"ו זאָגט „כל השביעיים חביבים למעלה” (אַלע זיבנטלעך זענען ליב אין הימל); די מפרשים אויף תורה (אבן עזרא סדרה תזריע און אַנדערּע) ווייזן אָן, אז דאָס טמא זיין 7 טאָג האָט אויך אַ שייכות דערמיט.

נאטירליכע נומערן
0 1 2 3 4 5 6 7 8 9
10 11 12 13 14 15 16 17 18 19
20 21 22 23 24 25 26 27 28 29
30 31 32 33 34 35 36 37 38 39
40 41 42 43 44 45 46 47 48 49
50 51 52 53 54
60 70 80 90 100 200 300 400 500
1,000 2,000 10,000 100,000 600,000 1,000,000
אנדערע
נעמען פון נומערן | ...0.999 | 666 | 1089 | 1729 | קאפרעקאר'ס צאל | גוגאָל | גוגאלפלעקס | גראהאם'ס נומער
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!