רוי:רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין

זידיטשובער רבי (תקס"ה–תרל"ג)
ווערסיע פון 20:12, 14 יוני 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (צוגעלייגט דעסקריפציע)
רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין
געבורט ה'תקס"ה
פטירה ט' סיון ה'תרל"ג (אלט: 68 בערך)
זידיטשוב
ספרים פירוש מהרי"א על מדרש רבה וילקוט שמעוני, ליקוטי תורה וש"ס על התורה
ווייב ליבא
רביעי אדמו"ר מזידיטשוב
ז' חשון ה'תר"חט' סיון ה'תרל"ג
זיינע פינף זין ←

רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין זצ"ל (ה'תקס"ה - ט' סיון ה'תרל"ג), פון זידיטשוב, גאליציע. באקאנט אלס רבי אייזיקל זידיטשובער, דער מהרי"א.

אפשטאם

רבי אייזיק איז געבוירן אין יאר תקס"ה, אן איינציגער זון צו זיין פאטער, רבי ישכר בעריש אייכנשטיין פון זידיטשוב, דער פערטער זון פון רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין. און צו זיין מוטער מרת עטיא א טאכטער פון רבי אליהו לעווינגער פון רודניק, א תלמיד פון רבי משה לייב סאסובער. רבי אייזיק איז געבוירן געווארן פון א ברכה פון רבי מענדעלע פון רימנוב, וועלכער האט געזאגט אויף אים אז ער וועט באלייכטן די וועלט.

ער האט חתונה געהאט מיט מרת ליבא.

רבנות

פון קליינערהייט האט מען שוין געקענט זעהן אז רבי אייזיק וועט זיין א העכערער מענטש, ער האט געלערנט ביי זיינע פעטערס דער עטרת צבי און ביי רבי משה פון סאמבור, ער איז געווען קלאר אין ש"ס און מדרשים, זוהר און כתבי האר"י.

רבי אייזיק האט פארציילט אז ער האט געלערנט דעם ספר פרי עץ חיים הונדערט און איין מאל.

נאך די פטירה פון זיין שוועסטער-קינד רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין האבן די חסידים אויפגענומען רבי אייזיק אלס רבי פון זידיטשוב.

הסתלקות

רבי אייזיק איז נפטר געווארן אין ט' סיון ה'תרל"ג.

פאמיליע

זיינע קינדער:

זיינע ספרים

  • פירוש מהרי"א - מדרש רבה
  • לקוטי תורה
  • לקוטי מהרי"א - ילקוט שמעוני

רעפערענצן