רבי חיים ראבינאוויטש
רבי רפאל חיים יחיאל ראבינאוויטש איז דער היינטיגער רבי און מנהיג פון קהל משכנות הרועים, פון די פירנדיגע אדמו"רים אין די קהילות היישוב הישן און די עדה החרדית.
געבורט | ירושלים |
---|---|
השתייכות | העדה החרדית |
תחומי עיסוק | אדמו"ר פון חסידות משכנות הרועים |
טאטע | רבי בנימין ראבינאוויטש |
קינדער | רבי שאול יצחק ראבינאוויטש |
ביאגראפיע
רבי חיים איז געבוירן י"ח אב ה'תרצ"ח אין ירושלים, אן עלטסטער זון פון רבי בנימין ראבינאוויטש, דיין אין העדה החרדית און מייסד פון קהל משכנות הרועים, און רוחמה ליבא. אלס אינגל האט ער זיך מסתופף געווען ביי רבי שלמ'קע זוועהילער. אלס בחור האט ער באקומען סמיכה פון רבי דוב בעריש וויידנפעלד, דער טשעבין'ער רב, און פון רבי יהושע מנחם עהרנבערג. אין זיין יוגנט האט ער זיך געדרייט ביי עטליכע צדיקי הדור, צווישן זיי: רבי ישראל פרידמאן פון באיאן-לייפציג; רבי מרדכי שלמה פרידמאן פון באיאן; רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי; רבי ישראל פרידמאן פון הוסיאטין; רבי יצחק פרידמאן פון באהוש און רבי מרדכי שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא.
ער האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון רבי אפרים פישל גרובער, ראש ישיבת שומרי אמונים, א תלמיד פון רבי מנחם בראדי.
איידער'ן אויפגענומען ווערן אלס רבי האט ער געדינט אלס א מרביץ תורה און ישיבת מאור עינים, אלס א משפיע רוחני אין באיאן, און אלס א ראש חבורה פאר חסידי באבוב אין ירושלים, וועלכע טון ביז היינט זיך צוזאמנעמען פאר א חבורה ביים אים אינדערהיים[מקור פארלאנגט].
נאך זיין טאטנ'ס הסתלקות, אום א' שבט ה'תשס"ב, איז ער אויפגענומען געווארן אלס רבי. ער האט געעפנט במשך די יארן שטיבלעך אין בית שמש און אין ניו יארק.
דער רבי איז באקאנט מיט זיין קעגנערשפאט צו גזירות הדת פון די מדינת ישראל רעגירונג, צווישן זיי די אריבערגאנג פון די לייכטע באן אויף בר-אילן גאס אין ירושלים[1], חיטוטי שכבי, חילולי שבת, און גזירת גיוס בנים ובנות[מקור פארלאנגט]. בפרט נאכ'ן הסתלקות פון רבי יצחק טוביה ווייס, דער ירושלימ'ער רב, ווערט דער רבי פארעכנט אלס איינע פון די פירנדיגע מנהיגים אינערהאלב די העדה החרדית[מקור פארלאנגט]. ער איז אויך געווען פון די אוסרים צו גראבן אין די גולובנציץ שטח[מקור פארלאנגט]
פאמיליע
זין
- רבי שאול יצחק (נפטר געווארן כ"ה כסלו תשע"ט), באקאנט אלס איינע פון די גרעסטע לוחמים קעגן טעכנאלאגיע, ער האט געדינט אלס רב פון קהל משכנות הרועים אין קרית יואל[2].
- רבי עקיבא יוסף, מגיד שיעור אין ישיבת תורת משה ד'סאטמאר מאנטרעאל.
- רבי דוד צבי, איידעם פון רבי אהרן צבי רומפלער אדמו"ר פון תהילות ישראל.
- רבי אריה מרדכי, איידעם פון רבי מאיר אברהם אביש הורוויץ ד'ספינקאער רבי.
איידעמער
- רבי יוסף קאהן, זון פון רבי משה קאהן, ראש ישיבת תולדות אהרן.
- רבי ברוך יהודה וואגשאהל, מלאנצהוטער רבי פון בית שמש.
- רבי חיים יעקב סאפרין, קאמארנער רבי אויף מלכי ישראל גאס אין ירושלים, אייניקל פון רבי חיים יעקב.
קישורים חיצוניים
רעפערענצן
- ↑ עיתון העדה פרשת אחרי תשפ"ד
- ↑ בד"ה: הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל באתר אידישע וועלט פארומס